קאלעקטן א חוב אין א אנדערע לאנד
קודם א גרויסן דאנק פאר אייער הערליכע ארבעט.
איך וואלט געוואלט פרעגן איבער א ענין וואס איך האב ממש נישט וועם צו פרעגן, און איך זע נישט קיין שום עצה, פילייכט האט איינער פון די פילע ליינער עפעס א עקספיריענס מיט אזעלכע זאכן.
איך בין א וועב דעזיינער, איך וואוין אין ניו יארק. איך האט געארבעט פאר א גוי אין ענגלאנד עטליכע מאל, ער פלעגט אלץ צאלן, איך פלעג אים טראסטן און געארבעט אן באקומען באצאלט פאראויס, נאר איך פלעג שיקן אינוואויסעס. און ער פלעגט אלץ צאלן פריער צו שפעטער.
למעשה איז ער געבליבן שולדיג א סומע פון צוויי טויזענט דאלער, און איך הער מער נישט פון אים, איך האב זיין קאנטאקט אינפארמעשאן, אבער וואס קען איך דא טון ווייטער? פארשטייט זיך אז איך האב נישט קיין געהעריגע שטר, נאר אימעילס אהין און צוריק.
איז דא עפעס וואס איך קען טון? עס איז טאקע נישט זייער אסאך געלט, אבער פאר מיר איז עס אסאך, און איך האב ביטער שווער געארבעט דערפאר (איך האב אים געגעבן גוטע פרייזן ווייל ער פלעגט נעמען אסאך ארבעט) איך וואלט זייער געוואלט עס זען צוריק.
אויב איינער האט עפעס עקספיריענס אין די נושא, ביטע לאזט זיך הערן.
יישר כח פון פאראויס.
י.פ., וומ”ס
ליינער קאמענטירן: איז קאמישאן געניג?
רעאקציעס צו די ארטיקל פון ר’ חיים דוד דעסער (אידיש געלט יתרו תשע”א) איבער די נושא פון צאלן א באשטימטע געהאלט פאר א סעילסמאן, חוץ קאמישאן:
זייער שיין געשריבן, מען זעט א רייכע עקספיריענס.
איך בין גראדע אין די מצב פון זוכען א סעילסמאן, איין נקודה פארהוילט איר זיך אבער, ווייסעך נישט צו בכוונה, צו פשוט פארגעסן, אויב איז ער יא אזא גוטע סעילסמאן, היתכן ער דערזעט זיך אן געלט צו שבת מאכן, ווי איז זיין קאמישן?
אלא מאי (דא דרייט מען מיט די פינגער) איז ער נישט קיין גוטע סעילסמאן, ממילא איז טאקע א שאד אים צו געבן וועידזשעס.
בין איך נישט גערעכט?
א.א.
איך בין פין די אנדערע זייט מטבע (א סעילסמאן) און איך קען אייך זאגן אז עס ליגט א שטארקע נקודה דערין, קודם כל עס איז דא פראדוקטן וואס דארפן זיך איינגעבן, און עס נעמט א לענגערע צייט ביז ווילאנג דער סעילסמאן קען אנהייבן צו ריקן סחורה אויף א גרויסן פארנעם, והשנית גארנישט גיבט נישט פאר אמענטש מער ‘פיעס אוו מיינד’ ווי א קביעות’דיגע געהאלט, און עס איז באמת א טובה פאר א בעל הבית אז זיין ארבעטעטר זאל זיין רוהיג און פריש ביי דער ארבעט.
(-)
האסט נישט געקענט בעסער ארויסברענגען. א סעיליסמאן איז נישט א מאשין, עס דארף ליגן אונטער אים אסאך קוראזש און פאזיטיווקייט. אויב הייבט מען אן מיט אזא מהלך “דו ברענג נאר נאכדעם וועלן מיר זען” איז דאס א גאר שלעכטע אנהייב און עס גייט נישט האבן קיין הצלחה.
ער דארף צוביסלעך אריינקומען אינעם פעלד פונעם פראדוקט וואס ער פארקויפט, און מען זאל זיך רישן אז ער וועט מאכן א שיין ביסל טעותים וואס דער בעה”ב וועט אביסל דערלייגן די הויזן, און נאכדעם הייבט אן צו קומען די געלט לרחצה.
אדרבה פרעגט די בעלי בתים פון אלע געלונגענע סעיליסלייט ווי פון אנהייב האט זיך זיי געדאכט אז זיי זענען אריינגעשפרינגען אין א אומגעלונגענע עסק מיט דעם סעיליסמאן. זיי האבן אבער נישט אויפגעגעבן אזוי שנעל, און זענען דעריבער אנקעומען צו שולחן עורך.
(-)
איך שטים מיט א א, איך זע נישט וואס די פשט פון צאלן א געהעריגע געהאלט פאר א סעילסמאן, מה נפשך טויג ער יא אדער טויגט ער נישט?
טויג ער, הרי טוב לשניהם, ובאם לאו איז דער בעל בית א צדקה קאסע?
די פוינט פון הרב דעסער אז ער וועט האלטן די אויגן אפען, איז אייביג שייך, איינער וואס טויג נישט האלט נישט אפען, ער פרייט זיך אז ער איז שוין ערגעץ, א טויגליכע מענטש וואס איז בטבע א שפרינגער וועט האלטן די אויגן אפען פאר א גוטע אפורטוניטי אייביג.
פארוואס דען נישט? האט ער דען געשריבן א חופה וקידושין מיט די ביזנעס? די בעל בית וועט דאך עם אויך ווארפען ווען ער וועט אים נישט דארפען, כך מנהגו של עולם.
צו צאלן וועכענטליך וועידזשעס נאר פאר דעם האט נישט קיין הענט און קיין פוס, כנלע”ד נכון וברור.
א.נ.ג. ב”פ
זוכט רעקאמענדאציע פאר וואקאציע
לכבוד בעל בית.
יישר כח פאר די אינהאלטסרייכע אויסגאבע.
איך האב געליינט לעצטענס די ארטיקל פון ר’ יואל קליין אז מען דארף זיך אמאל נעמען א וואקאציע און עס מיר אריין אין קאפ.
איך וואלט הנאה געהאט צו זעהן א באשרייבונג איבער אלע וואקאציע פלעצער וואס זענען געאייגנט פאר היימישע אידן. וויפיל איך האב נאר אנגעהויבן צו קלערן פון פארן אויף וואקאציע בין איך גענצליך צומישט געווארן פון אזויפיל אפציעס. מעגליך קען א ליינער מיט א שרייבערישע טאלאנט אויסרעכענען און מאכן א סך הכל פון די מעלות און חסרונות פון די אלע פלעצער וואס היימישע אידן פארן פאר וואקאציע.
יישר כח פארן אריינלייגן די שורות.
מ.ד. פאלקאוויטש
אינפארמאציע וועגן דרייוועיס
שלום וברכה.
איז דא א וועג וויאזוי אויסצוגעפונען אויב א דרייוועי איז רעגיסטרירט אלץ א לעגאלע דרייוועי, אז דער בעה”ב זאל קענען מיט זיין דרייוועי אפהאלטן אנדערע קארן פון פארקירן אין פארנט פונעם דרייוועי?
יישר כח פאר סיי וועלכע אינפארמאציע.
(-)
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
אין אדם שומע לי ומפסיד: נישט נאכלאזן פון אידישקייט וועגן ביזנעס
http://goo.gl/AfjtQ
נאך עצות צו א פולע גימעיל אקאונט
http://goo.gl/JzPBq