עס איז אינטערסאנט צו זען ווי א היימישע ביזנעס האט זיך אזוי הויעך ארויפגעדראפעט אויף די לייטער פון סוקסעס ב”ה, און די רעדע איז איז פונעם אלעמען באקאנטן בי ענד עיטש פאטא.
כאטש מען קען פון זיי אסאך רעדן וועלן מיר אויסקלויבן דעם ביישפיל וואס האט זיך יעצט אפגעשפילט צום סוף פונעם 2010 קאלעדנער יאר, ווי דער אינטערנעט ווידיאו ריז “יו טיוב” וואס איז היינט צוטאגס א פליגל פון גוגל, האט אנאנסירט אז זיי געבן אוועק א האלב מיליאן דאלער אין גיפט סערטיפיקאטס ביי בי ענד עיטש פאר זייערע 500 בעסטע מעמבערס, וואס האבן זיי געברענגט די מערסטע באזוכער. איטליכער פון זיי א טויזנט דאלער סערטיפיקאט.
די ניו יארק טיימס וואס האט באריכטעט דעם נייעס האבן זאגאר געלינקט צו א אינטערוויו מיט גוגל’ס בעל הבית “סורגעי ברין” וואס ער האט זיך אויסגעדריקט אז בי ענד עיטש איז זיין “בעסטע” פאטא געשעפט, און ווי ער טוט זיך אויף אז בי ענד עיטש באנוצט זיך מיט “גוגל טשעיקאוט” צו פראצעסירן באצאלונגען.
B&H און גוגל
13 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/01/bh-און-גוגל/ קאפיע אין ארכיוו
די מוסר השכל איז זייער שטארק. יא, מיר אידן מיט בערד און פיאות קומען אן פיל מער אן נאכפאלגן ווי דאמיס די קאלעדזש געזעצן.
אזוי ווי איך האב נאך נישט פרובירט קען איך נישט באשטעטיגן דאס וואס שלמה זאגט אז מיט בערד אין פיאות קומט מען אן בעסער ווי אין קאלעדזש, איך נעם אבער ארויס א אנדערע מוסר השכל פין זייער הצלחה: דאס וואס דער רמב”ם זאגט אד דער אויבערשטער זאגט “אין אדם שומע לי ומפסיד”!
מיט פליישיגע אויגן טוט בי ענד עידש זאכן וואס דארפן אים ברענגן גרויס שאדן; אויפהאלטן היימישע יונגעלייט אנשטאט ביליגע גוים, זיין צוגעשפארט חול המועד אן קיין שום קונצן, סערווירן די ניו יארקער העכערע קלאס דורך יונגעלייט וואס ‘לערנען זיך אויפ’ן זשאב’ צו רעדן ענגליש, אא”וו, און אויף א וואונדערבארן אופן איז ער געווארן א וועלט בארימטע געשעפט וואס קיינער קען מיט אים נישט קאנקורירן!
עס איז כדאי ארייצוטראכטן דערין.
דער גאנצער בי. ענד עידזש. באשטייט נאר פין וואס איך זעה דא אויף דעם בילד?
Anonymous
12:52 PM
דו זאגסט זייער גוט, ממש עס איז מיר דורך די טשילס ווען איך האב געליינט דיינע ווערטער.
איך האב עס קיינמאל נישט אנגעקוקט מיט אזא קלארקייט, עס דארף זיך עס יעדער ארייננעמען אין קאפ.
מיר אלע האבן אין זיך אביסל מער אדער ווייניגער די צוגאנג, מען הייבט אן טון אין פרנסה, און מען פארשטייט אז פארשידענע קלייניקייטן מוזען פאלן אין א זייט, צו א משהו די לבוש, צו מיטגיין מיט די מיט ארבעטערס אויף פלעצער וואס עס איז נישט רוח חכמים נוחה הימנו, פארפאלן, מען טוט דאך פאר פרנסה…
דיינע ווערטער זענען דברים כדרבונות, איך האב עס שוין דורכגליינט עטליכע מאל. מען דערף ווען מרחיב זיין את הדיבור און מאכן אן ארטיקל דערפון, און יעדע טאטע זאל עס געבן פארן קינד ווען ער גייט ארויס אין די וועלט אריין.
=הוספה צו מיין פריערדיגע תגובה=
נאך עטליכע קלייניקייטן אויף וואס מען קוקט אוועק (פון מיין פערזענליכע ערפארונג, איך מיין נאר אנשים כערכי, אז איר נישט, שפירט זיך נישט געטראפן)
אומגעפילטערטע אינטערנעט,
אויפגעבן די שיעורים קבועים גאנץ אפט,
רעדן פריינטליך מיט פרויען (פאר ביזנעס צוועקן פארשטייט זיך, ולא ברשיעי עסקינן).
און צום סוף בלייבט מען א אויסגעבלאזענע קבצן, מיט אלעם צוזאמען, ווייל דער באשעפער האט דאך שוין מקדים געווען, לי כסף ולי הזהב.
און מען זעט עס טאקע בחוש.
לכבוד שלמה
איי’מ סארי באט איר זענט היבש אויבער פלעכליך.
צו פירן א געניטע ביזנעס דארף מען צוקימען צו געלערנטע מענטשן.
אמת טאקע מיר חסידישע יונגעלייט הייבן טאקע אן, און נעמן ריסקס, מען שפרינגט אריין, מען בארג זיך צוזאם גרויסע סכומים וכו’, אבער איינמאל מען וויל באמת אויסברייטערן די ביזונעס אויף א גרויסן.פארנעם דארף מען הייערן פראפעשענאלס. אפילו ב ענד עיטש הייערט יונגעלייט, אבער ער אויפנעמן פראפעשנעלס פאר, אקאונטענט, עדווייזארס, פאבליק רילעשאנס, מארקעטינג, סא מאך נישא אוועק די וועלעכע מען דארף צוקומען צו זיי. יא, עס איז א גרויסע מוסר הסכל אז מען דערלייגט נישט מיט היימישע, באט מען דארף נאך אלס אנקומען צו פראפעשענאלס.
כ”ץ, דיינע ווערטער פירן מיר אריבער מער טשילס ווי די פריערדיגע תגובה.
און איך האלט טאקע אז בעל הבית זאל ווידמען אן ארטיקל וועגן די נושא, צו איבערווייזן אז מיט ערליכקייט, מיט הונדערט פראצענטיגע קאמפראמיסלאזע שמירת התורה והמצות, אן מאכינאציעס און אן קונצן, דערלייגט מען גארנישט. אין אדם שומע לי ומפסיד.
געלט און גאלד איז סיי ווי דעם רבונו של עולמ’ס, און אז ער וויל שיסט א בעזעם.
הייליגער טאטע, קוק אראפ אויף דיין היייליג אידיש פאלק. יא צומאל דאכט זיך אז מ’איז לייכטזיניג, מ’דרייט זיך דא מ’דרייט זיך דארט, אבער אין הארצן טוט עס זיי שמערצן, זיי ווילן זיין ערליך, זיי ווילן זיין פולקאם אויסגעהאלטן, משיח האט נאך צו וועמען צו קומען.
אהרן יאסל
סאטמארער רב זאגט אין איינע פון די שובבי”ם תורות (עס איז אויך געדרוקט אין טוב ומטיב, א ליקוט פון שובבי”ם תורות פון פארשידענע יארן), אז אין מצרים די אידן זענען אויך נישט געווען אזוי ערליך ווי זיי האבן געדארפט זיין, אבער אין הארצן האט זיי וויי געטון דערויף, האט דער אייבערשטער אויף זיי געזאגט פאר משה רבינו “כי ידעתי את מכאוביו” איך ווייס אז עס טוט זיי וויי, און וועגן דעם וועל איך זיי אויסלייזן, כאטשיג קיין געהעריגע תשובה איז עס נישט געווען, ווייל פונדרויסן האט מען דאך נישט דערקענט אויף זיי גארנישט, זיי האבן זיך ווייטער געפירט אזוי ווי פאר דעם, און זיי האבן נישט אפגעלאזט די נישט ריכטיגע הנהגות וכדו’, אבער וויבאלד אין הארץ טוט עס וויי זעהט עס דער אייבערשטער “כי ידעתי את מכאוביו”, און דאס איז גענוג אז דער אייבערשטער זאל העלפן אידישע קינדער, און אונז אויסלייזן פון ביטערן גלות. און עס איז היינט אויך אזוי, יעדער איד וואס טוט א נישט גוטע זאך, אין הארצן טוט עס אים וויי, מען ווייסט נישט טאקע איינער פון אנדערן, פון דרויסן זעט מען נישט, אבער דער אייבערשטער ווייסט, און ווילאנג עס טוט נאך וויי איז נאך גוט, און דער אייבערשטער וועט העלפן. עכתד”ק בערך (עס איז כדאי צו זען אינווייניג דעם לשון חכמים מרפא, דאכט זיך מיר אז עס איז פרשת וארא איך געדענק נישט פון וועלכע יאר)
לדעתי דארף מען אויפקלערן פאר מענטשן אז זיך צוטשטכלן זיך צופיצן זיך טוישן דעם לעבנסגאנג העלט נישט פאר ביזנעס כי הוא זה נישט. היינט איז עניווע א מורא’דיגע קאמפעטיטוו וועלט אין. אין מען דארף ארבעטן אסאך וועגן צו מאכן געלט, אבער זיך צופיצן וועט נישט העלפן.ביזנעס
לייב א גרויסן ישר כח פאר דאס הייליג טייער ווארט פון סאטמארער רבי’ן זי”ע. ס’מיר גערינען טרערן ליינענדיג. ישר כח.