אייער גימעיל אקאונט איז אנגעפילט 99%?
די ערשטע זאך וואס קומט אויפן מחשבה צו טון ווען אייער דזשימעיל אקאונט איז אנגעפילט איז צו אויסמעקן אלע אימעילס מיט גרויסע עטעטשמענטס. אבער וויאזוי קען מען געפונען די אלע אימעילס אין די אקאונט? ליידער האט נאך גוגל נישט צוגעשטעלט א געהעריגע וועג דערצו. (בכלל איז די גימעיל סיערטש זייער שוואך, עס פארדינט אן עקסטערע אפהאנדלונג ואכמ”ל)
findbigmail.com
איז א געוואלדיגער לייזונג דערצו.
איר לייגט אריין אייער אימעיל אדרעס אינפארמאציע, און זייער פראגרעם וועט געפונען די אלע אימעילס מיט גרויסע אטעטשמענטס און זיי גרופירן אין פיר באזונדערע “לעיבלס”, איינס פאר ביז 500 ק”ב, ביז 2 מ”ב און איבער 2 מ”ב. מיט די פאלגענדע נעמען My Big Mail, My Really Big Mail, My Ultra Big Mail.
אויך וועט איר באקומען א אימעיל מיט א גראפישע רעפארט איבער די מצב (זע בילד)
אנדעם וואס עס זאל סיי וואס פארמישן אדער איבערלאזן אנדערע שפירן נאך זיך.
דערנאך קענט איר אליין סעלעקטן די לעיבעלס, און זען וואס איר ווילט האלטן און וואס קען ווערן אויסגעמעקט, אלעס בלייבט אויף אייך, עס מעקט נישט גארנישט, עס לייגט בלויז ארויף לעיבעלס!
אויב איינער וויל זיין ספעציעל פארזיכטיג זאל מען בעפאר דעם טוישן דעם פעסווארד, און זיי געבן דעם נייעם פעסוואד, און דערנאך עס צוריקטוישן.
איך האב דאס שוין אויספראבירט און עס ארבעט ווי געגאסן!
א בליק אויף Find Big Mail
8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/01/א-בליק-אויף-find-big-mail/ קאפיע אין ארכיוו
אוי איז דאס א גוטע טיפ, איך האב מיך לאנג געמוטשעט מיט דעם פראבלעם ביז א חבר האט מיר געזאגט אז אין די געווענליכע מעיל קליענטן (אוטלוק, אדער מעיל אויף מעק אא”וו) קען מען יא סארטירן די מעיל ביי די סייז, סאו האב איך געמוזט דאונלאודן מיין גאנצע אקאונט צו מעיל אויף מעק, און און סינקן מיט די געהעריגע גימעיל, און אויסגעמעקט אלע גרויסע, עס איז אראפ צו 60 פראצענט.
יעצט האלט עס שוין נאכאמאל ביים אנקומען צו 90 פראצענט, איך האב געהאט טשילס פון טראכטן אז איך גיי דארפן נאכאמאל דורכגיין דעם פראצעס.
איך האב נישט די ווערטער זיך צו באדאנקן פאר דעם! יוחנן, האלט אן!
א גרויסן ישר כוח!
אבער מ’קען ביי גימעיל אליין קויפן נאך פלאטץ, זיי בעטען “בלויז $5″ פאר א 20 גיגעבייטס פלען.
א פרייע אקאנט קימט מיט 7.35 גיג, אין מ’ווערט איינגעשרבן אין א נייע “באצאלטע” פלען וואס ווערט באנייט יעדע יאר
ד.ה. אז מ’באקימט נאך 13 גיג פאר 5 דאללער, און פאר צוואנציג דאללער באקימט מען 80 גיג פלען, ד.ה. באמת 73 גיג פאר 20 טאללער)
ווי זיי זאגן: Get lots of extra space for less than $0.50 a month
גייט צו:
Settings / accounts and imports / add additional storage
climax
people dont like to pay for things
but you are right, its not too much money at all’ its very affordable
איך האב מיך אויך זייער געמוטשעט מיט פלאץ אין מיי גי-מעיל אקאונט ביז סאיז מיר איינגעפאלען א פאטענט וואס קען זיין זייער נוצבאר, געווענטליך ווערט די אימעיל אקאונט פיל פון פיקטשערס קליפס אא”וו, כדי צו קענען גרינג אויסמעקן די גרויסע עטעטשמענס האב איך געמאכט א search אין gmail פארwmv אדער wav mpg jpg ,מען קען סירטשען פאר סיי וועלכע סארט פייל ווי למשל pps אדער ppt וואס זענען סלייד שאוס, אזוי קען מען מיט איין קוועטש אויף delete all אויסמעקן די אלע גרויסע אימעילס
I see it didn’t post good because I used Yiddish and English letters
The fastest way to search is to put a period {.} before the file extension,
And of course one file type at a time
Here is a list of the files I searched and deleted,
Whoever has any other idea of big files extension names should please post it here
wmv
wav
mpg
pps
ppt
jpg
נישט קיין שלעכטע איידיע, אבער די עצה דא איז זיכער בעסער, ווייל אזוי טרעפט מען נאר די גרויסע, וואס דאס איז דאך די ריכטיגע פראבלעם.
קענסט צולייגן צו דיין ליסטע
PDF