אינוועסטן אין א “סעילס-מאן”

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: יתרו , תשע"א · בעל-בית נומער: 33 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/אינוועסטן-אין-א-סעילס-מאן/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
אינוועסטן אין א “סעילס-מאן”

דורך: חיים דוד דעסער  – פועל גרופ
ס’איז דא אסאך בעלי בתים פון קאמפאניס וואס זוכן צו “הייערן” Salespeople. א סעילס-מאן איז דער “קעש-רעדזשיסטער” פון יעדע קאמפאני. דאס איז דער יסוד פון זייער אסאך קאמפאניס. אויב איז נישטא ווער ס’זאל פארקויפן דעם פראדוקט, האט מען עס נישט פארוואס עס אריינצוברענגען און צו מאכן; צי איז דאס א פראדוקט, אדער א סערוויס.
ס’איז דא עפעס אזא מהלך ביי בעלי-בתים וואס זיי טראכטן, אז ‘איך הייער א סעילס-מאן, וועל איך געבן גאר א קליינע וועידזש, און איך וועל אים געבן קאמישאן, פארוואס? איך וועל אים לאזן אויסהונגערן, און אויב וועט ער זיין אויסגעהונגערט, וועט ער דאך וועלן מאכן נאך געלט, און אויב וועט ער וועלן מאכן נאך געלט, וועט ער דאך וועלן גיין פארקויפן, און אויב וועט ער גיין פארקויפן וועט ער דאך מאכן נאך געלט”, און אזוי איז א גאנצע פשעטל אהער און אהין…
ס’איז באמת נישט קיין כלל. אונזער ערפארנוג פון אריינלייגן סעילס-לייט אין קאמפאניס, ווייזן אסאך א גרעסערע הצלחה אין די קאמפאניס וואס האבן יא געהאלטן ביים אינוועסטן אין א סעילס-מאן.
ממה נפשך – האט דער סעילס-מאן קוואליפיקאציעס? – איך רעד נישט פון איינעם וואס גייט זיין אַן “אינשורענס-עידזשענט”, וואס דער עידזשענט בויעט זיך ממש א ביזנעס פאר זיך, און ס’איז דא געוויסע קאמפאניס וואס גיבן כאטש זייער גוטע באונוס פעיקידזשעס;
אבער אז אינגערמאן זוכט פרנסה, און ער האט די כשרונות צו זיין א סעילס-מאן – מען דארף אינוועסטן אין א סעילס-מאן! וויפיל קאמפאניס געבן אויס הונדערטער טויזענטער דאללער פאר “מארקעטינג”! מען דארף פארשטיין אז א “סעילס-מאן איז א “Walking Marketer”! ער גייט אריין אין יעדן קאמפאני, און ער רעדט!
מען קען באצאהלן פאר “עדס” וואס קיינער קוקט נישט אן, קיינער ווייסט נישט דערפון; מען טוט מארקעטן און מארקעטן, און מען האפט אז פון יעדע אכט אדער פון יעדע צען, וועט אפשר איינס געלונגען! דער סעילס-מאן איז דאך אסאך בעסער, ער גייט ארויס יעדן טאג! זומער אין די היצן, און ווינטער אין די קעלט! און רעד יעדן טאג צו מענטשן וועגן די קאמפאני, ס’איז כדאי צו אינוועסטן!.
איר דארפט פארשטיין אז איר גיט אים דארטן צוויי-דריי הונדערט דאללער, ער קומט אהיים, מען דארף שבת מאכן, מען דארף באצאלן שכר-לימוד, מען דארף באצאלן די גראסערי, – סוף כל סוף, איין וואך, נאך א וואך, ווי לאנג קען מען לעבן אויף א “צוזאג”? און וואס וועט געשען, עס געשעט טקע אסאך מאל אז בשעת ווען ער ארבייט פאר אייך, האט ער די אויגן אפען און זוכט נאך אנדערע פלעצער וואו מען קען מאכן געלט. מיר האבן געזען פון ערפארונג, אז די קאפאניס וואס האבן יא אינוועסטעט אין “סעילס-לייט”, די זענען יא אנגעקומען בעסער.

January 17, 2011 at 1:06 PM#2
אינוועסטן אין א “סעילס-מאן”

שלום עליכם ר’ חיים דוד! איר גייט אנהייבן צו שרייבן דא? איך האב זייער הנאה פין אייערע שיעורים אויף קול מבשר, אפשר טאקע וואלט געווען א פאסיגע איינפאל מען זאל קענען דיסקאסען מיט אייך אייערע שיעורים דא אויף בעל-בית?

January 18, 2011 at 1:03 AM#3
אינוועסטן אין א “סעילס-מאן”

זייער שיין געשריבן, מען זעט א רייכע עקספיריענס.
איך בין גראדע אין די מצב פון זוכען א סעילסמאן, איין נקודה פארהוילט איר זיך אבער, ווייסעך נישט צו בכוונה, צו פשוט פארגעסן, אויב איז ער יא אזא גוטע סעילסמאן, היתכן ער דערזעט זיך אן געלט צו שבת מאכן, ווי איז זיין קאמישן?
אלא מאי (דא דרייט מען מיט די פינגער) איז ער נישט קיין גוטע סעילסמאן, ממילא איז טאקע א שאד אים צו געבן וועידזשעס.
בין איך נישט גערעכט?

January 18, 2011 at 1:04 PM#4
אינוועסטן אין א “סעילס-מאן”

איך בין פין די אנדערע זייט מטבע (א סעילסמאן) און איך קען אייך זאגן אז עס ליגט א שטארקע נקודה דערין, קודם כל עס איז דא פראדוקטן וואס דארפן זיך איינגעבן, און עס נעמט א לענגערע צייט ביז ווילאנג דער סעילסמאן קען אנהייבן צו ריקן סחורה אויף א גרויסן פארנעם, והשנית גארנישט גיבט נישט פאר אמענטש מער ‘פיעס אוו מיינד’ ווי א קביעות’דיגע געהאלט, און עס איז באמת א טובה פאר א בעל הבית אז זיין ארבעטעטר זאל זיין רוהיג און פריש ביי דער ארבעט.

January 18, 2011 at 1:44 PM#5
אינוועסטן אין א “סעילס-מאן”

Anonymous האסט נישט געקענט בעסער ארויסברענגען. א סעיליסמאן איז נישט א מאשין, עס דארף ליגן אונטער אים אסאך קוראזש און פאזיטיווקייט. אויב הייבט מען אן מיט אזא מהלך “דו ברענג נאר נאכדעם וועלן מיר זען” איז דאס א גאר שלעכטע אנהייב און עס גייט נישט האבן קיין הצלחה.

ער דארף צוביסלעך אריינקומען אינעם פעלד פונעם פראדוקט וואס ער פארקויפט, און מען זאל זיך רישן אז ער וועט מאכן א שיין ביסל טעותים וואס דער בעה”ב וועט אביסל דערלייגן די הויזן, און נאכדעם הייבט אן צו קומען די געלט לרחצה.

אדרבה פרעגט די בעלי בתים פון אלע געלונגענע סעיליסלייט ווי פון אנהייב האט זיך זיי געדאכט אז זיי זענען אריינגעשפרינגען אין א אומגעלונגענע עסק מיט דעם סעיליסמאן. זיי האבן אבער נישט אויפגעגעבן אזוי שנעל, און זענען דעריבער אנקעומען צו שולחן עורך.

January 20, 2011 at 6:00 PM#6
אינוועסטן אין א “סעילס-מאן”

איך שטים מיט א א, איך זע נישט וואס די פשט פון צאלן א געהעריגע געהאלט פאר א סעילסמאן, מה נפשך טויג ער יא אדער טויגט ער נישט?
טויג ער, הרי טוב לשניהם, ובאם לאו איז דער בעל בית א צדקה קאסע?
די פוינט פון הרב דעסער אז ער וועט האלטן די אויגן אפען, איז אייביג שייך, איינער וואס טויג נישט האלט נישט אפען, ער פרייט זיך אז ער איז שוין ערגעץ, א טויגליכע מענטש וואס איז בטבע א שפרינגער וועט האלטן די אויגן אפען פאר א גוטע אפורטוניטי אייביג.
פארוואס דען נישט? האט ער דען געשריבן א חופה וקידושין מיט די ביזנעס? די בעל בית וועט דאך עם אויך ווארפען ווען ער וועט אים נישט דארפען, כך מנהגו של עולם.
צו צאלן וועכענטליך וועידזשעס נאר פאר דעם האט נישט קיין הענט און קיין פוס, כנלע”ד נכון וברור.