איין פון יעדע דריי ארבעטער ניצן נישט זייערע וואקאציע טעג יעדעס יאר, כאטש זיי ווייסן אז זיי זענען מער פראדוקטיוו ווען זיי קומען צוריק צו די ארבעט. אין די שווערע ביזנעס וועלט, ווערט די ארבעט נאך שווערער אן א וואקאציע און מער און מער מענטשן געוואוינען זיך צו דערצו. זיי ווילן נישט פארפאסן איין רגע. זיי ארבעטן זיך געפערליך איבער און עס איז שאדן פאר די ביזנעס.
פאלגנד זענען 5 סיבות פארוואס איר זאלט נעמען אלע וואקאציע טעג וואס איר קענט אין דעם יאר:
• פארמיידט פון ווערן אויסגעברענט: מיר דארפן אלע אן אפרוה. טראכט פון ווי דערפרישט און מאטיווירט איר האט געשפירט נאך אייער לעצטער וואקאציע. אויב איר גייט אן פאר א לאנגע שטיק צייט אן זיך אפרוהן, וואו זענען די באלוינונגען פאר אלע אייער שווערע ארבעט? ווען איר דערגרייכט שוין דעם אויסגעברענטן שטאפל, וועט זיין צו שפעט צו נעמען דעם העכסט-נויטיגער וואקאציע.
• פארמינערן אינערליכע דריק: מיר ווייסן אלע אז אינערליכע דריק און דאגות קענען ממש אוועק’הרג’נען א מענטש, און קיינער איז נישט גענוג באוואפנט אנטקעגן זיי. אבער, א גוטער וואקאציע קען אין עטליכע וועגן פארמינערן דעם דריק און דערפרישן די כוחות. די דאגות וועלן נישט אויפהערן דריקן אויפן הארץ ביז איר ערלויבט זיך די צייט צו ערהוילן.
• פארבעסערן די קוואליטעט פון די לעבן און ארבעט: מיר געדענקען שיינע צייטן מער ווי אלעס. פילע פארשער האבן שוין אויפגעוויזן (און מיר, אלס אידן, ווייסן דאס זיכער) אז פיזישע אביעקטן געבן נישט צו אן אייביגע צופרידנהייט וואס א פאזיטיווער עקספעריענס פארשאפט. ווען א מענטש רוהט אויס זיין גוף און גייסט, פארבלייבט ער מיט אן אייביגער עפעקט דערפון און דאס פארבעסערט זיין לעבן, און אזוי ארום זיין ארבעט אויך.
• בויט אויף אייערע געדאנקן: ווען מיר זענען פארנומען מיט א סדר היום וואס נעמט אונז פון איין פליכט צום צווייטן, איז שווער צו אראפנעמען צייט צו ניצן דעם מח אויף א שעפערישער אופן. ווען זענען אייערע בעסטע בייפאלן אייך איינגעפאלן? מן הסתם ווען איר זענט נישט געווען אין דער ארבעט. איר האט זיכער בכלל נישט געטראכט פון ארבעט, און איר זענט געווען אין א רואיגער מצב. דאס זענען די מאמענטן ווען אייערע שעפערישע כוחות ווערן ערצייגט.
• טוהט אויף מער: טראכט פון וואס קומט פאר פרייטאג ווען איר פלאנט צו פארלאזן דעם ארבעט פריער ווי געווענליך. האט איר אמאל באמערקט וויפיל איר קענט אויפטוהן אין א האלבער טאג? עס איז אינטערסאנט צו באמערקן ווי אזוי דאס געשעהט, אבער קורצע טערמינען העלפן אז דער ארבעט זאל געטוהן ווערן שנעלער. טראכט פון אייער וואקאציע דאטום אלס אייער דעדליין און איר וועט זעהן וויפיל מער איר טוהט אויף ביז דעמאלס. און, נאך א וואך פון אפרוה, ווען איר קומט צוריק אינגאנצן דערפרישט, אן קיין דרוק, וועט איר זיין גרייט צו אויפטוהן פיל מער.
נו, האט איר שוין באשטימט א דאטום פאר אייער נעקסטער וואקאציע? עס קומט זיך אייך!
איר זעהט אויס אויסגעמוטשעט!
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: יתרו , תשע"א · בעל-בית נומער: 33 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/איר-זעהט-אויס-אויסגעמוטשעט/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/01/איר-זעהט-אויס-אויסגעמוטשעט/ קאפיע אין ארכיוו