קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן – ב

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נאטיצן פונעם אדוואקאט'ס טאגבוך · דורך: משה דוד ברייער · וואך: יתרו , תשע"א · בעל-בית נומער: 33 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/קלייניקייטן-מיט-גרויסע-נאכפאלגן-ב/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן – ב

המשך פון פריער
Default Judgment
פארגאנגענע וואך האבן מיר מסביר געווען וואס א דזשאדזשמענטעס איז.  אין קורצן, עס איז די ענדגילטיגע פסק און התחייבות פארן נתבע צו באצאלן. אבער  אין די וועג ווי אזוי א דזשאדזשמענט ווערט געשאפן, איז דא צוויי מהלכים.
די ערשטע וועג איז, ווען די ריכטער באזירט זיין פסק אויף די טענות, עדות’שאפטן און ראיות וואס ביידע צדדים האבן אויפגעברענגט. דאס ווערט אנגערופן אין ענגליש “on the merits”  די ווערטערליכע אפטייטש דערפון איז “אויף די זכותים”, דאס הייסט, אז די קאורט האט אויסגעהערט די ארגומענטן פון ביידע צדדים, און געפינען איין צד’ס זכותים צו זיין שטערקער.
די צווייטע וועג וועט זיין, אויב דער נתבע מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די הזמנה, אדער קומט נישט אן אין געריכט, אפילו נאכדעם וואס מען האט אים מודיע געווען דערוועגן. אין אזא פאל, דארף דער תובע בכלל נישט אויפווייזן די גערעכטיגקייט פון זיין תביעה. אנשטאט דעם, דארף ער בלויז אויפווייזן צוויי זאכן, איינס, אז מען האט מודיע געווען פארן נתבע וועגן די קעיס, צוויי, אז טראץ דעם האט דער נתבע נישט גענטפערט אדער ערשינען ביים געריכט אין די צייט וואס איז געזעצליך פארלאנגט.
איינמאל דער תובע ווייזט אויף די צווייי אויבנדערמאנטע פונקטן, איז דער תובע בארעכטיגט צו א דזשאדזשמענט אקעגן דעם נתבע. די דזשאדזשמענט ווערט אנגערופן א “דיפאולט דזשאדזשמענט” (Default  Judgment)  די באדייט דערפון איז, אז עס נישט באזירט אויף די טענות און תביעות פון די בעלי דין, נאר עס איז געגעבן געווארן וויבאלד דער נתבע האט “דיפאולטעד” , פארפעלט זיך וויסענדיג צו מאכן לויט ווי די געזעץ פארלאנגט,  די טעאריע דארונטער, איז נישט אנדערש פון די קאנצעפט -וואס מיר געפינען שוין, להבדיל, אין די גמרא- “שתיקה כהודאה דמיא”.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין, אז ווען עס קומט צו אינפארסירן א דזשאדזשמענט, איז לגמרי נישט קיין נפק”מ וועלכע סארט דזשאדזשמענט דאס איז, איינמאל דער דזשאדזשמענט איז ארויס, צו א געווענליכע אדער א “דיפאולט”, האט עס די פולע כח פון געזעץ, און ביידע וועלן האבן די זעלבע קאנסקעווענצן. אפילו די טענות –מעגליך גערעכטע- פונעם נתבע, זענען קיינמאל נישט געווארן פארגעלייגט פארן געריכט!
לאמיר זיך אצינד צוריקקערן צו אונזער ביזנעסמאן.
מיט א יאר צוריק, איז אים אנגעקומען א שיפמענט פון סחורה וואס ער האט באשטעלט פון א נייע סופלייער. די סחורה איז נישט געווען צופרידנשטעלנד, צוליב פארשידענע סיבות. נאך קעגנזייטיגע טענות ומענות וואס האט נישט געברענגט צו קיין טאלק, האט ער מחליט געווען נישט צו צאלן פאר די שיפמענט און פארלאנגט אז דער סופלייער זאל עס קומען אפנעמען. דער סופלייער האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן, און געסטראשעט מיט א קלאגע (lawsuit) אין געריכט. למעשה איז פון די גאנצע סטראשענען גארנישט געווארן, על כל פנים  אזוי האט אונזער סוחר געמיינט…
למעשה האט דער סופלייער יא געהאלטן ווארט, און אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט, נאך מער פון דעם, ער האט אפילו ערהאלטן א דזשאדזשמענט,  וואספארא דזשאדזשמענט? איר האט געטראפן, א “דיפאולט דזשאדזשמענט”! וויבאלד אונזער סוחר האט פארפעלט זיך צו באווייזן אין געריכט, אדער לכל הפחות  זיך וויסענדיג מאכן, לויט ווי דאס געזעץ פארלאנגט, האט דאס געריכט אנגענומען די טענות פונעם סופלייער, און אים געשאנקען א דזשאדזשמענט אויף די פארלאנגטע סכום.
די ליינער וועלן מן הסתם פרעגן די אזוי פשוט’ע און פארשטענדליכע שאלה, פארוואס האט טאקע אונזער ביזנעסמאן זיך נישט וויסענדיג געמאכט און איגנארירט דעם געריכט? עס מוז דאך זיין אז ער האט געוויסט דערפון, ווייל ווי אויבן דערמאנט, איז דאס א תנאי אין א “דיפאולט דזשאדזשמענט”, אז דער נתבע איז אינפארמירט געווארן אויף א צופרידענשטעלענדן –לויטן געזעץ- אופן. טא אויב האט ער יא געוויסט, ווי אזוי איז מעגליך אז ער איז פארכאפט געוארן אין א טאטאלע סורפרייז?
נאר אין אמת’ן איז עס גארנישט אזוי פשוט. עס שטעלט זיך ארויס, אז די בלויזע אקט פון “סערווירן פאפירן” (service of papers) –וואס ווערט געזעצליך פארלאנגט כדי צו “צואוויסן” טון דעם נתבע פון די קלאגע- מיינט נאך נישט בהחלט אז דער נתבע  איז פאקטיש געוואויר געווארן דערפון.
לאמיר עס אביסל בעסער ערקלערן.
באזירט אויף די קאנסטיטוציעלע פרינציפאלן פון יושר, האט א קאורט נישט קיין לעגאלע באפולמעכטיגונג ארויסצוגעבן א פסק אקעגן א צד, בעפאר מען האט יענעם מודיע געווען דערוועגן אויף א צופרידנשטעלנדן און צייטליכען אופן. די צוועק דערפון איז –ווי פארשטענדליך- אז דער נתבע זאל וויסן דערפון, און אזוי ארום האבן די מעגליכקייט זיך צו פארטיידיגן און אפשלאגען די תביעה. דעריבער, ביי יעדע קאורט קעיס, איז דער תובע מחויב צו מודיע זיין דעם נתבע דערוועגן, אויף א “געזעצליכע אופן”, געווענליך מיינט דאס “סערווירן פאפירן” (service of papers), דאס הייסט אריבערשיקן די הזמנה (Summons) און קלאגע גופא (Complaint) צום נתבע. דאס איז זייער א קריטישע תנאי אין יעדע קלאגע, וואס -ווי דערמאנט- אן דעם, וועט א  עווענטועלע דזשאדזשמענט נישט האבן קיין קראפט.
אין קורצן, דער ענין פון “סערווירן פאפירן” איז “געצילט” צו מודיע זיין דעם נתבע פון דעם קעיס און די קלאגע וואס ליגט דארונטער. דער געזעץ שרייבט דערפאר פאר – מיט פרעפערענצן – עטליכע מיטלען און מעטאדען, ווי אזוי דאס “מודיע” זיין דארף צו גיין.
המשך קומט אי”ה

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן
  2. קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן – ב (This post)
  3. קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן – ג
January 18, 2011 at 10:39 AM#2
קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן – ב

איך ווארט פארן המשך

January 18, 2011 at 6:27 PM#3
קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן – ב

זייער שיינע ארטיקל
איז שייך אז איר זאלט שרייבן וועגן די מעלות פון א קארפארעישאן VS א LLC
אויך, איך האב א אנליין ביזנעס אבער מיין קארפארעשאן איז אין נעוואדא, בין איך מחויב צו פיילן אין ניו יארק אויך? איז שייך אויפצוווייזען אז מיין ביזנעס איז דא? עס איז אנליין.
איך פיר עס אן פון ווי איך האב וועב עקסעס, אמאל דא און אמאל דארט, אדער אפילו ווען איך בין אין אויסלאנד.
יישר כח למפרע