המשך פון פריער
פארגאנגענע וואך האבן מיר מסביר געווען די פאדערונג –מצד’ן געזעץ- צו מודיע זיין דעם נתבע איבער די קלאגע וואס מען האט אים אנגעקלאגט, וואס אן דעם קען מען אים נישט –לעגאל- דן זיין.
למעשה, איז אבער אנגענומען, אז די געזעץ פארלאנגט נישט אז די נתבע זאל “פאקטיש” וויסן –כאטש דאס איז בלי ספק די ציל דערפון- נאר אויב האט דער נתבע “מודיע” געווען אויף א –לויטן געזעץ- צופרידנשטעלענדן אופן, איז נישט קיין נפק”מ צי די נתבע איז טאקע געוואויר געווארן, האט שוין די קאורט א רעכט דן צו זיין אויף די קעיס.
אין אמת’ן איז עס גאנץ א לאגישע מהלך, וויבאלד אין רובא דרובא פאלן וועט דער נתבע יא געוואויר ווערן פון די קלאגע, אויב מען איז אים מודיע אויף די אופן וואס ווערט געזעצליך פארלאנגט. ממילא פארלאנגט נישט דאס געזעץ פונעם תובע מער ווי דעם.
עס איז מסתבר אז ווען דער געזעץ שרייבט ווען פאר אז דער נתבע מוז טאקע בפועל “וויסן”, וואלט מען ווען אייביג ווען געקענט טענה’ן אז דער נתבע האט למעשה נישט געוויסט, און עס וואלט געווען זייער שווער פארן תובע אויפצוווייזען אז דער נתבע האט יא געוויסט. ממילא נעמט די געזעץ אן, אז אויב האט מען דיר מודיע געווען, האסטו מן הסתם געוויסט. און אפילו אויב נישט, איז עס לכאורה געווען דיין שולד.
ווי געזאגט, אין רובא דרובא פעלער איז טאקע אזוי דער כלל, אז ווען מען איז מודיע, ווייסט מען. האמיר דאך שוין אבער א אלטע כלל, אז “יעדע כלל, האט אמאל א יוצא מן הכלל”, און דאס איז טאקע וואס האט דא פאסירט.
ווען אונזער ביזנעסמאן האט געעפענט די ביזנעס, האט ער פארמירט א קארפארעשאן. די סיבות פארוואס עס לוינט זיך צו פירען א ביזנעס אלץ א קארפארעשאן, איז נישט די ציל פון אונזער ארטיקל יעצט, אבער און אונזער פאל איז עס געווען די ריכטיגע שריט צו טון. פאר אונזער שמועס וועט זיך אבער יא אויספעלן אביסל מסביר צו זיין ווי אזוי עס גייט צו דאס שאפן א קערפערשאפט, א שטייגער ווי א קארפארעשאן.
אין נוי יארק סטעיט פארלאנגט די געזעץ אז מען זאל פיילען א סערטיפיקאט מיט די “דעפארטמענט אף סטעיט”. לויטן געזעץ דארף ענטהאלטן געוויסע אינפארמאציע, אריינגערעכנט א אדרעס פאר די קארפארעשאן. די סיבה פארוואס מען דארף אריינגעבן א אדרעס איז ווי פאלגענד, אין יעדע סערטיפיקאט מוז דער וואס מאכט די קארפארעשאן (Incorporator) ממנה זיין (appoint) די סעקרעטערי אף סטעיט אלץ אגענט און שליח פון די קארפארעשאן –אין פאל פון א קאורט קעיס אקעגן די קארפארעשאן- איבערצונעמען די סאמאנס און קלאגע בשליחות פון די קארפארעשאן. וואס טוט די סעקרעטערי אף סטעיט ווען עס קומט אן צו אים? ער שיקט עס צו די אדרעס וואס שטייט אויפ’ן סערטיפיקאט.
צוריק צו אונזער מעשה – ווען די ביזנעס האט זיך געעפענט, איז עס געווען פלאצירט אין א קליין פלאץ, און מען האט טאקע אריינגעגעבן יענע אדרעס ביים פיילען די קארפארעשאן. ווען די ביזנעס האט זיך פארגרעסערט איז מען נאטורליך אריבער צו א נייע גרעסערע פלאץ. קיינער האט זיך נישט גענומען די מי, אדער –ווארשיינליך- ניטאמאל געכאפט אז מען דארף באריכטן די נייע אדרעס פאר די דעפארטמענט אף סטעיט. די דעפארטמענט אף סטעיט איז געבליבן מיט די אלטע אדרעס.
ווען דער סופלייער האט געקלאגט אונזער ביזנעסמאן, האט זיין לויער געטון דאס וואס יעדע גוטע לויער וואלט געטון אין זיין פלאץ, ער האט געשיקט די פאפירן דירעקט צו די סעקרעטערי אף סטעיט, וואס האט עס ווייטער געשיקט צו די אדרעס וואס ער האט געטראפן אינעם סערטיפיקאט, די אלטע, פארשטייט זיך.
אין די אויגן פונעם געזעץ איז די “סערווירן פאפירן” געטון געווארן אויפן בעסטן אופן וואס איז נאר שייך, דער סעקרעטערי אף סטעיט איז לעגאל דער פארשטייער פון די קארפארעשאן צו מקבל זיין די פאפירן, און ער האט עס טאקע באקומען, און עס איז דא אויף “דעם” קלארע ראיות, פארן שופט איז עס די והותר צו קענען ארויסגעבן א פסק מיט די אפוועזנהייט פונעם נתבע, דער נתבע –אין אונזער פאל די קארפארעשאן- איז אינפארמירט געווארן אויפן בעסטן אופן.
דער נתבע וועט ניטאמאל קענען פרובירן צו טעהנ’ן אז ער איז נישט באצייטענס געוואויר געווארן דערפון, און דערפאר בארעכטיגט צו א פרישן פסק, ווי ער וועט האבן די געלעגנהייט פארצולייגן זיינע טענות פארן געריכט. ווייל אפילו דער ריכטער זאל אים גלייבן אז ער האט נישט באקומען צייטליך צוגעשיקט די פאפירן, איז עס בכלל נישט רעלעוואנט ביי אונזער פאל.
כדי באמת צו טשאלענזשן א “דיפאולט דזשאדזשמענט” דארף מען אויפווייזן אז דער תובע האט נישט געהעריג מודיע געווען, און “דאס” האט גורם געווען אז מען האט נישט געוויסט דערפון. מה שאין כן אין אונזער פאל, איז די גרמא צום נישט וויסן געווען די פאקט אז דער סעקרעטערי אף סטעיט האט נישט געהאט דעם ריכטיגן אדרעס, און דאס איז די “שולד” פונעם נתבע, וויבאלד ער וואלט עס ווען געדארפט אפדעיטן.
נאכמער, אפילו דער נתבע זאל אויפווייזן אז דער תובע האט געוויסט פון זיין נייע אדרעס, והא ראי’ ער האט דאך אים געשיקט די סחורה צו די נייע אדרעס, איז עס נאך אלץ נישט מעלה ומוריד. וויבאלד דער תובע האט סערווירט די פאפירן צום סעקרעטערי אף סטעיט, האט ער געטון זיין חלק וואס ווערט פארלאנגט פון אים געזעצליך, און דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מאכט אויס, נעמליך צו דער תובע האט געטון זיין התחייבות פון סערווירן פאפירן לויט די לעגאלע פארשריפטן.
(עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז עס קען ארבעטן פארקערט אויך, אין א פאל וואס דער תובע האט “נישט” געהעריג מודיע געווען, אפילו ער זאל ברענגען קלארע ראיות אז דער נתבע האט “פאקטיש” געוויסט דערפון, איז עס נישט גענוג צו קענען ארויגעבן א דיפאולט דזשאדזשמענט.)
עס איז וויכטיג צו באמערקן, אז די דעפארטמענט אף סטעיט איז א זעלבסשטענדיגע קערפערשאפט, און אפילו מען האט אפדעיטעד אנדערע רעגירונגס ביוראען, ווי צב”ש די IRS אדער די ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אף פיינענס, וועט די דעפארטמענט אף סטעיט נישט ווערן אפדעיטעד דערוועגן.
די לעקציע וואס מיר נעמען ארויס: עס איז זייער וויכטיג צו האלטן די דעפארטמענט אף סטעיט אפדעיטעד מיט די יעצטיגע אדרעס. אויב אייער אדרעס האט זיך שוין געטוישט זונט איר האט געשאפן די קארפארעשאן, כל שכן אויב איר געדענקט שוין ניטאמאל וואספארא אדרעס איר האט דעמאלס אריינגעגעבן, מאכט זיכער אז עס זאל ווערן אפדעיטעד, לייגט עס נישט אפ.
בכלליות איז עס א לערע נישט צו פארנאכלעסיגן לעגאלע פאדערונגען וואס קוקן אמאל אויס ווי קלייניקייטן, די ביטערע נאכפאלגן קענען זיין גאר גרויס. און זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף זיך האלטן אינפארמירט ווי וויייט מעגליך, אביסל וויסענשאפט קען גיין א לאנגע וועג צו פארשפארן אן א שיעור עגמת נפש און פארלוסטן
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן
- קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן – ב
- קלייניקייטן מיט גרויסע נאכפאלגן – ג (This post)