נייעס

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: חיי שרה תשע"ב · בעל-בית נומער: 49 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/נייעס-23/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

קאשער-פעסט שאו אין סיראקיוז נוי זשערסי
ספעציעלע באריכט: פון א. מ.
די פארגאנגענע וואך דינסטאג און מיטוואך איז פארגעקומען די יערליכע קאשער-פעסט שאו אין סיראקיוז נוי זשערסי.
אזוי ווי איך באטייליג זיך דארט שוין די לעצטע עטליכע יאר צוליב ביזנעס צוועקן, וועל איך אראפשרייבן א קורצע באריכט פאר די ליינער פון בעל בית.
עס ווערט באטראכט ווי די גרעסטע היימישע/אידישע ביזנעס שאו, אבער למעשה איז עס א שאו בעיקר פאר די כשר’ע עסן אינדוסטרי, אבער עטליכע אנדערע אידישע ביזנעסער האבן זיך אויך באטייליגט. ווי וועב מארקעטינג און פעימענט פראסעסינג פירמעס.
עס זענען געווען נאנט צו 400 פירמעס, א באדייטענדע וואוקס פון 23 יאר צוריק – ווי דער ארגענעזירער ר’ מנחם לובינסקי האט דארט ארויסגעברענגט צענדליגע מאל, אבער לגבי די לעצטערע יארן איז עס מינימאל. די כשר’ע אינדוסטרי, ווי יעדע אנדערע אינדוסטרי, איז נישט אימיוניזירט צו די אלגעמיינע שווערע צייטן.
הגם – האבן עטליכע עקספערטן דארט ארויסגעברענגט, אין די עסן אינדוסטרי -אין אלגעמיין- איז די ווירקונג פון די שווערע עקאנאמיע שוואכער, וויבאלד מענטשן ברויכן דאך צו עסן, און ספעציעל ביליגע פערטיגע עסן. אזוי אויך האט די כשר’ע מארקעט א גרעסערע נאטורליכע וואוקס ווי די אלגעמיינע מארקעט, כ”י.
איין זאך וואס איך האב יא באמערקט, אבער קיינער האט נישט גערעדט דערפון, איז ווי די שאו ווערט פאר’חסיד’ישט מער און מער יעדע יאר וואס עס גייט אדורך. עס איז שווער צו זאגן א נומער, איך האב נישט געציילט, אבער חסידישע אידן האבן פארנומען א חלק ניכר פון די בודקעס.
איך האב נישט געזען דארט קיין שום ספעציעלע נייע זאכן וואס זענען ווערט צו באריכטן, די בודקעס זענעו געווען ווי פארגאנגענע יארן אן קיין ערענסטע חידושים.
די בודקע פון “נר מצוה” האט ווי פארגאנגענע יאר געצויגן די מערסטע נייגער, צוליב די פארשטעלונג ווי צוויי פארצייטישע אידן מאכן ליכט מיט די הענט.
עס זענען אויך געווען פארשידענע פארטראגן און פארמעסטן פון אומבאדייטענדע ווערד פאר ערענסטע ביזנעסלייט, ווי באריכטן פון קאנאדישע רבנים איבער די מצב הכשרות אין קאנאדע און פארמעסטן צווישן עטליכע קעכערס.
מיין מיינונג איז אז עס האט נישט קיין וועזענטליכע ווערט אויפצושטעלן א בודקע דארט נאר אויב מען איז טאקע גרייט אנצונעמען ארדערס פון דערווייטענס און מען האט טאקע פראדוקטן וואס זענען אייגענארטיג און זענען נישטא צו באקומען לאקאל. און כאטש עס איז א גוטע געפיל זיך צו דרייען דארט און פילן אז מען איז “אין די געים” האט עס ווייניג פינאנציעלע בענעפיטן וואס זאל בארעכטיגן די איבעריגע צייט און געלט אויסברענג וואס אזא זאך קאסט אפ.
עס איז אויך געווען -ווי ביי יעדע היימישע צוזאמקום- א אנלויף פון פאליטישאנס, וויכטיג מאכערס, עסקנים און ביזנעסלייט און אפילו זינגערס וואס האבן געפילט אז זיי טארן עס נישט פארפאסן, און אויך סתם מענטשן וואס גלייכן צו פארזוכען כלערליי מאכלים בחנם מבוקר ועד הערב.  ווי געזאגט, איז מיין פערזענליכע מיינונג אז ביזנעסער וואס פלאנען צו גיין איבער א יאר זאלן עס איבערטראכטן מיט א ניכטערן בליק אויב עס לוינט פינאנציעל.
——
מען קען אריינשיקן באריכטן און נייעס פון די היימישע ביזנעס וועלט צו
news @ balboos.com

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. נייעס
  2. נייעס
  3. נייעס
  4. נייעס
  5. נייעס
  6. נייעס
  7. נייעס
  8. נייעס
  9. נייעס
  10. נייעס
  11. נייעס: CES שאו
  12. נייעס
  13. נייעס
  14. נייעס
  15. נייעס
  16. מאביל וועלט קאנגרעס 2011
  17. נייעס
  18. נייעס
  19. נייעס
  20. נייעס
  21. נייעס
  22. נייעס
  23. נייעס
  24. נייעס
  25. נייעס
  26. נייעס (This post)
י״ז חשון תשע״ב at 6:26 pm#2
נייעס

איף בין אויך דארט געווען.
האסט פארגעסן צו דערמאנען די וואס גלייכן דעם ביטערן טראפן (יוצאי רוסיא) וואס דרייען זיך ארום און פארזוכען פון אלע שארפע וואדקאס, און שמייכלען צו יעדעם