צושטעלן א ברייטע אויסוואל

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: חיי שרה תשע"ב · בעל-בית נומער: 49 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/צושטעלן-א-ברייטע-אויסוואל/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
צושטעלן א ברייטע אויסוואל

מענטשן קויפן מער צוקערלעך ווען זיי האבן א גרעסערע אויסוואל פון קאלירן. דאס איז אמת אפילו ווען די אנדערע קאלירן קאסטן פונקט די זעלבע.
נאכן טוהן 50 אנדערע סארטן פראבעס מיט מער ווי 5,000 קויפערס, האבן ריסורטשערס אין שווייץ און אין אמעריקע איינגעזעהן אז ווי גרעסער דער אויסוואל איז, אלס מער קויפט מען איין.
עס זענען דא צוויי ספעציפישע הינזיכטן וואו איר וועט זעהן א גרויסער חילוק אין די צאל פארקויפונגען ווען איר ברייטערט אויס דעם אויסוואל:

1. פראדוקטן וואס איר זעהט אז מערערע מענטשן קויפן זיי.  
דאס איז א סימן אז עס איז א גוט-גייענדע פראדוקט און אז איר קענט נאך פארקויפן אפילו מער.

2. פראדוקטן וואס גייען נישט גוט, געגליכן צו וויפיל איר וואלט ערווארטעט.
אויב ווייסט איר זיכער אז אנדערע פארקויפערס פון דעם פראדוקט פארקויפן מער דערפון, דאן הייבט אן אויסברייטערן אייער אויסוואל צו זעהן א שינוי לטובה.

ריסורטשערס האבן געטראפן אז אויב דערהייבט איר דעם קליענט’ס מעגליכקייטן צו קאנטראלירן ביים איינקויפן, וועט ער קויפן מער. צום ביישפיל, אין אן עסן געשעפט קענט איר אים לאזן וועלן דורך צוטיילן די פראדוקטן לויט זייערע טעמים (קאווע וואס איז שוואכער, טינקל, אדער מיט ניס), און אין א קליידער געשעפט קענט איר צוטיילן דעם אויסוואל דורך די צייטן ווען מען ניצט די קליידער (שמחות, וואכן-טעג, אדער פאר ביזנעס).
עס איז נישט גענוג צו אנלאדענען אן אויסוואל. עס איז וויכטיג צו געבן דעם קליענט א גרינגער וועג צו דורכקוקן זיינע ברירות. אויב טוהט איר דאס נישט, וועט ער נאר ווערן צומישט און פארלוירן. צוטיילט די פראדוקטן אויף א גאר ארגאניזירטער אופן צו פארזיכערן אז איר וועט נאר האבן ריווח פון דאס וואס איר האט צוגעלייגט.

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. דער פינעף פארוואס'ן מיטל
  2. איינצלהייטן, איינצלהייטן, איינצלהייטן
  3. ווער זענט איר?
  4. דרינגנד מיינט נישט אלעמאל וויכטיג
  5. 5 יסודות אין ביזנעס און ארבעט הצלחה
  6. וואשט איר א געדינגענע קאר?
  7. קענט איר מיר זאגן פארוואס
  8. ארויף אדער אראפ
  9. א שלעכטע טאג מיינט נישט א שלעכטע לעבן
  10. אבער!
  11. מר. געלעגנהייט
  12. קומט מיט מיר און איך וועל אייך ווייזן
  13. ס'איז נאר דא איין דו; זיי זיך אליינס!
  14. זייט וועלט-בארימט
  15. א רעצעפט פאר דורכפאל: נישט אפבינדן
  16. מיין בעסטע פריינט
  17. די וואס זאל איך "נישט" טוהן ליסטע
  18. וואס מיינט איר צוזאגען?
  19. די מייסטערשאפט פון איבערגעבן פליכטן
  20. איז עס צייט צו שניידן?
  21. אויסשארפען די מעסער
  22. ווי אזוי צו זאגן ניין
  23. זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?
  24. ביזנעס איז געוואלדיג!
  25. די אויפמערקזאַמקייט שטאַפּל אין ביזנעס
  26. קלארע צילן
  27. האט איר א ביזנעס אדער א פארש צענטער?
  28. לאמיר מאכן אן החלטה
  29. מאכט אייער טאג געלונגען מיט איין “געלונגענע שעה”
  30. איר זעהט אויס אויסגעמוטשעט!
  31. דער שניי ווייסער בליק
  32. דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג
  33. ווי אזוי שטייט דאס איי?
  34. דעם ריכטיגן איינעם
  35. וועלכער איז דער ריכטיגער וועג?
  36. וואס זאל איך פארקויפן?
  37. ווי אזוי פירט איר אייער געשעפט?
  38. באנייען און דערפרישן
  39. זענט איר אן אנפירער?
  40. דארף אייער ביזנעס אויך אן ערב פסח רייניגונג?
  41. זענט איר א פייערלעשער?
  42. זענט איר "אין די גוסטע?"
  43. פארוואס זאלט איר ריזיקירן?
  44. ווילט איר זיין מער שעפעריש?
  45. באקענט אייך מיט אייערע קליענטן
  46. צושטעלן א ברייטע אויסוואל (This post)