מר. געלעגנהייט

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: במדבר , תש"ע · בעל-בית נומער: 13 · דאטום: 2010-05-11
http://www.balboos.com/content/2010/05/מר-געלעגנהייט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
מר. געלעגנהייט

איינער קלאפט אין טיר. די טעלעפאן קלינגט אן אויפהער. די לעמפל פון די קאמפיוטער האלט אין איין בלינקען מיט פרישע אי-מעילס. אפטמאל, זענען דא אזוי פיל זאכן וואס מאכן אונז פארנומען אז מיר האבן נישט די געלעגנהייט זיך צו אריינטוהן אין די וויכטיגערע זאכן. מיר הערן זיך נישט גוט צו, ענטפערן נישט צוריק ווי מיר וואלטן געדארפט, און אפטמאל געבן מיר נישט די געפיל פאר אנדערע אז מיר זענען באמת אינטערסירט אין זיי.
ווען איר באמערקט אז די שטימע אויף די אנדערע זייט פונעם טעלעפאן באלאנגט צו א טעלעמארקעטער, וואס איז אייער רעאקציע? אויב איר שיקט עס גלייך צו די וואויס-מעיל, און דערנאך מעקט איר עס אויס, האט איר מעגליך פארלוירן א גאר גוטע געלעגנהייט. אין ביזנעס זאל אייך נישט אנגיין ווער איז אויף די צווייטע זייט. יעדע איינציגע טעלעפאן רוף איז וויכטיג, און פאר יעדע יחיד קומט זיך אז איר זאלט אים אויסהערן.
איר זענט זיכער פארנומען. אבער דאס לוינט זיך סוף כל סוף פאר אייך. טראכט נאר פאר איין רגע וויפיל איר קענט זיך לערנען פון א פארקויפער.
ערשטנס, ווען א מענטש רופט אייך צו פארקויפן א פראדוקט אדער סערוויס, איז ער גוט נערוועז. ער וויל מצליח זיין מיט אייך. און ווען איר רעדט אויף א שיינע אופן און איר געבט אים א געפיל פון זעלבסט-זיכערקייט, קענט איר קיינמאל וויסן וואס די רעזולטאטן וועלן זיין. ער וועט אפשר קענען ציען עטליכע שטריקן און אייך צושטעלן אן אויסערגעווענליכע פלאן פאר א גאר געלונגענע פרייז. טראכט פון זיך אלס דער וואס הייבט אן די באציאונגען צווישן אים און אייך. צו ווי מער מענטשן איר פירט זיך אויף אזוי, אלס מער שייכות וועט איר האבן צו זיי.
דורך שמועסן מיט די קליענט אדער פארקויפער, וועט איר אטאמאטיש אויסגעפינען דעטאלן וועגן זיין ביזנעס, און ער וועגן אייערס. ער האט משפחה. ער האט גוטע פריינט. איין מענטש קען אייך מאכן באקאנט מיט נאך הונדערט. איר קענט קיינמאל וויסן צו וואו די באציאונגען וועלן אייך צוברענגען.
ווען איר פירט זיך מיט עהרע צו אנדערע, וועט איר קיינמאל חרטה האבן דעראויף, סיי אויב דאס איז איינער וואס שטייט פאר אייך, אדער איינער וואס רעדט מיט אייך איבערן טעלעפאן. דורך זיך אפגעבן מיט יענעם און זיך צוהערן צו וואס ער האט צו זאגן, קענט איר אויפבויען אייער אייגענע ביזנעס און מצליח זיין אין ערטער וואו איר וואלט קיינמאל געחלומ’ט. די וועלט איז פול מיט געלעגנהייטן וואס קלאפן כסדר אויף אייער טיר. זייט קיינמאל צו פארנומען זיך צו אויפשטעלן און זעהן וואס יענער האט צו פארקויפן. די טעלעפאן קלינגט נאכאלץ אן אויפהער. די לעמפל פון די קאמפיוטער האלט אין איין בלינקען מיט פרישע אי-מעילס. אבער הערט אייך גוט צו צום קלאפ אין טיר. ס’איז מר. געלעגנהייט. און די איינציגסטע זאך וואס ער וויל טוהן איז רעדן.
“לערנט אייך אויס צו אויסהערן. געלעגנהייטן קענען קלאפן אין טיר זייער שטילערהייט.”