אבער!

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: בה"ב , תש"ע · בעל-בית נומער: 13 · דאטום: 2010-05-03
http://www.balboos.com/content/2010/05/אבער/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
אבער!

דורכאויס די לעבן, קומען מיר אין באזיץ מיט מענטשן וואס זענען אנגעשטעקט מיט דעם ‘אבער’ מחלה. אלע זייערע זאצן ווערן באהאפטן מיט די אפט-געניצטע ווארט. ווען איר וועט זיי פרעגן אויב די סחורה איז ארויסגעשיקט געווארן, וועט די תשובה זיין אז עס האט געדארפט צו ארויסגעשיקט ווערן נעכטן, אבער… זיי זענען די זעלבע מענטשן וואס האבן אלעמאל דערציילט פאר אנדערע אלס קינדער אז די הונט האט אראפגעשלינגען זייער היימארבעט פאר נאכטמאל, אדער אז זיי וואלטן זיכער געהאט די ארבעט גרייט אבער זיי זענען פלוצלינג געווארן שטערבליך קראנק. דאס זענען די מענטשן וואס, קיין חילוק וואס די מצב איז, האבן זיי אלעמאל אן ‘אבער’ תירוץ גרייט ביי די האנט. כאטש מיר האבן נישט קיין ברירה און מיר מוזן זיי געבן אביסל קרעדיט פאר זייערע אויסערגעווענליכע, אינטערסאנטע געדאנקען, קענען מיר זיך נישט צופיל אפלערנען פון די וועג ווי אזוי זיי באהאנדלען זייער התחייבות אין לעבן. זיי האבן פיינט צו ארבעטן, זיי נעמען קיינמאל די אחריות, און זיי שטייען ווייט פון יעדע סארט סדר.
די וואס פארשטייען גוט צו דעם ווארט, זעהן איין אז ‘אבער’ סערווירט אלס א גאר הויכגעשעצטע, מעכטיגע אופן צו אויסמעקן. עס ווישט אוועק אינגאנצן אלע הערות און אנדערע מיינונגען מיט דריי אותיות. אבער. אבער איך קען נישט. אבער איך האב נישט. אבער איך וועל נישט. אלעס וואס איז געקומען פאר די ווארט איז פלוצלינג פארמעקט און פארשוואונדן.
עס וואלט געווען א קלוגע שריט, סיי אין ביזנעס און אין די פערזענליכע לעבן, צו שטיין ווייט פון די סארט ‘אבער’ מענטשן. אבער, עס איז אויך גאר וויכטיג זיך אליינס צו באקוקן און צו מאכן זיכער אז ווען איר באגעגנט זיך מיט פראבלעמען, זאלט איר נישט רעאגירן אין די ‘אבער’ אופן.
טראכט דערוועגן. האט איר זיך לעצטנס געזאגט, “ביזנעס וואלט געווען געוואלדיג, אבער מיר זענען אין א רעסעסיע,” אדער, “איך וואלט געהאט מער קונים, אבער איך האב נישט קיין געלט פאר אדווערטייזמענטס,” אדער “איך וואלט באמת געקענט פירן א ריזיגע פראיעקט, אבער איך האב נישט קיין ארבעטערס וואס וועלן זיך צושטעלן צו מיר?”
דאס ווארט ‘אבער’ מוז ארויסגענומען ווערן פון אונזער שפראך. עס איז מער נישט א ווארט וואס באלאנגט אין די וועלט פון ביזנעס. אנשטאט דעם, וועלן מיר אריינשטעלן די ווערטער ‘ווי אזוי.’
“מיר זענען אין א רעסעסיע, איז ‘ווי אזוי קען איך איבערקומען די שוועריגקייט?”
“איך האב נישט גענוג געלט פאר אדווערטייזמענטס, איז ‘ווי אזוי’ טויש איך די מצב?”
“איך קום זיך נישט גרינג אויס מיט מיינע ארבעטערס, איז ‘ווי אזוי’ פארבעסער איך דאס?”
ווען איר הייבט אן טראכטן אויף די ‘ווי אזוי’ אופן, פאנגט איר אן אייער וועג צו הצלחה און וואוקס. דאס ווארט ‘ווי אזוי’ ברענגט צו אז איר וועט אויפטוהן למעשה, עס ווייזט אז ס’איז דא א וועג. אנשטאט צו טראכטן, “איך וואלט שוין זיכער דערגרייכט מיין ציל, אבער איך בין געבליבן שטעקן אין די בלאטע,” קענט איר זיך אומקוקן און זאגן, “איך בין געבליבן שטעקן אין די בלאטע. יעצט ‘ווי אזוי’ זעה איך זיך ארויס פון דעם פלאנטער?”
האלטס אייך אין איין איבערפרעגן, ‘ווי אזוי?’ נעמט ארויס ‘אבער’ פון אייערע געשפרעכן און מחשבות, און איר וועט זיכער טרעפן די ריכטיגע ענטפערס. נאך ווי…