כדי צו באמת האבן א ריכטיגער קשר מיט אייערע קליענטן, איז וויכטיג צו מסדר זיין א פראפייל פאר יעדע איינע. אין דעם פראפייל, איז וויכטיג אז איר זאלט אריינשרייבן די פאלגענדע אינפארמאציע און אזוי וועט איר שפירן אז איר קענט אייערע קליענטן גוט.
איינמאל וואס זיי זעהן איין אז איר זענט אינטערסירט אין זייערע געברויכן און פערזענליכקייטן, וועלן זיי ווערן געצויגן צו אייער פירמע און וועלן פארבלייבן גוטע קונדן. א גרינגער וועג צו באקומען אלע אינפארמאציע איז דורך אפערן עפעס א קליינע באלוין אדער הנחה פאר די אינפארמאציע.
אויסער די פערזענליכע, געווענליכע אינפארמאציע וועגן דעם קליענט, פרובירט צו אויסגעפינען וועגן די פאלגענדע טעמעס:
קליענט ווערד – וויפיל געבן זיי אויס פאר אייער פירמע אין א חודש אדער יאר?
העכסטע צען אדער צוואנציג פערצענט – ווער זענען אייערע בעסטע קליענטן? ווייסט ווער זיי זענען און ווי אזוי זיי צו באהאנדלען ריכטיג.
פארוואס זיי קומען צו אייך – פארוואס וועלן זיי אייער פירמע איבער אנדערע? אויב זענט איר נישט זיכער איבער וואס איר טוהט ריכטיג, ווי אזוי וועט איר וויסן וואס צו ווייטער טוהן? פרעגט זיי!
פון וואו זיי קומען – ווי אזוי האבן זיי אייך געטראפן? אויב איר ווייסט פון וואו זיי קומען קענט איר באקומען נאך קליענטן ווי זיי.
וועמען זיי האבן מיטגעברענגט – וועלכע נייע ביזנעס האבן זיי אייך געברענגט? וועמען האבן זיי געשיקט צו אייך? איר ווילט וויסן פאר וועמען’ס ביזנעס זיי צו דאנקען.
ווען איר זאמלט צוזאם די אלע אינפארמאציע, באקומט איר א קלארער בילד וועגן זיך אייער ביזנעס און אייערע קליענטן. נאר אזוי קענט איר צושטעלן די העכסטע שטאפל פון אייגנארטיגע סערוויס.