האנדא אודיסי 2012
ווי די לייענער וועלן מסתמא געדענקען, האבן מיר געשריבן לעצטע מאל איבער דעם פראבלעם פון דעם 2011 האנדא אודיסי אז אזא וויכטיגע פיטשער ווי “בלוטוט” איז פארהאן בלויז אין די העכערע מאדעלן וועלכע האבן לעדערנע זיצן, און נישט פאר די פשוטי עם וועלכע ווילן שפארן אויף לוקסוס. אצינד אויף 2012, האט האנדא געמאלדן, וועט שוין זיין בלוטוט אויך אויף די גאנגבארע ביליגערעEX מאדעל, אזוי וועלן אלע מאדעלן (אחוץ די גאר ביליגע LX) זיין אויסגעשטאט מיט בלוטוט. אויך וועט צוקומען א קליינע סקרין וואס וועט צייגן מער אינפארמאציע פון די מוזיק, ענליך צו א mp3 שפילער, וואס אויפן סקרין זעהט מען דעם נאמען פונעם זינגער און די צייט פונעם טרעק א.א.וו. דאס נעמט האנדא נאך פון זייער אייגענעם 2012 סיוויק קאמפעקט אויטא.
האנדא סיוויק
רעדנדיג פונעם נייעם רידיזיינד 2012 “האנדא סיוויק” אויטא, וועלכע איז א קליינער אויטא (בעיקר געמאכט פאר די וועלכע זוכן ביליג און ווילן שפארן די הויכע פרייזן אויף גאז), איז מערקווירדיג אז די וועלט איז שאקירט געווארן ווען “קאנסומער רעפארטס” האט גע’פסל’ט דעם קאר אלס “נישט רעקאמענדירט”, נאכדעם וואס די פריערדיגע ווערסיעס, 2011 און בעפאר, האט געהייסן די בעסטע פון אלע קליינע אויטאס, און איז געזעצן אויבן-אן אנטקעגן אלע אנדערע קאמפאניס. אצינד, זאגט ‘קאנסומער רעפארטס’, האט האנדא גענידערט די קוואליטי פון די סיוויק, דהיינו, די רייד איז נישט געסעטלט, די סטירינג האט פארלוירן איר פונקטליכקייט און שארפקייט, די קוואליטעט פון די מאטעריאלן איז דראסטיש געשניטן געווארן, די ברעיקס זענען נישט צו אפעקטיוו, און עס האט כמעט נישט קיין לעדלעך אדער לעכער וואו אריינצושטעלן אן איבריגע זאך, און דעריבער האט מען אראפגעשטעלט די האנדא צו די “נידריגסטע” (!) פלאץ פון אלע נייערע קליינע אויטאס (מיטן אויסנאם פונעם וואלקסוואגאן “דזשעטא” וואס איז נאך ערגער).
די מעלדונג האט געכאפט סיי האנדא און סיי קאסטומערס אין שאק, מיט ערשטוינונג אז האנדא, וועלכע איז באוואוסט מיט זייער הויכע שטאפל פון קוואליטעט און ערצייגן גוטע אויטאס וועלכע דרייוון גוט, זאל באקומען אזא נידריגע צייכענונג. האנדא האט (זעלבסטפארשטענדליך!) פראטעסטירט אז זיי זענען נישט מקבל דעם פסק דין באהבה, און זיי האבן אנגעוויזן אז אנדערע פראפעסיאנאלן (א קאמפאני “מאטאר-טרענד”) וועלכע האבן געדרייווט דעם סיוויק האבן דאס געשטעלט די צווייטע אויף די ליסטע! (די בעסטע, לויט ביידע, איז די נייע ערצייגטע “האנדעי עלאנטרא”).
דער “וואל סטריט דזשורנאל” האט אנגערופן די נייע סיוויק “א שטארקע אנטוישונג”, און אז מ’קען מער נישט טראסטן האנדא.
אזוי אויך, אז מען קוקט אויף די אינטערנעט ווי קאנסומערס שרייבן זייערע עקספיריענס און ריוויאוס פון די אויטאס וואס זיי קויפן, זעהט מען פון ביידע זייטן, פאראן אזעלכע וואס דרוקן אויס גרויס צופרידנהייט. און זיי פארשטייען נישט פארוואס קאנסומער רעפארטס האט געהאט אזעלכע עקספיריענס, ומצד השני מאנכע וועלכע רעדן זיך אפ אז האנדא געטראסקעט מאיגרא רמה לבירא עמיקתא. בפרט אז האנדא האלט זיך מיט זייערע הויכע פרייזן, און שטעלן זיך נישט צו צו די קאמפעטישן וועלכע האבן גענידערט זייערע פרייזן.
למעשה איז די נייע סיוויק טאקע פארבעסערט מיט עטליכע פרטים ווי די פארגאנגענע, צב”ש די טראנסמישאן איז פארבעסערט, אינווייניג איז שטילער און רואיגער, די ספיקערס פונעם מוזיק סיסטעם איז פיל בעסער, זיי האבן צוגעלייגט עטליכע פיטשעווקעס, ווי USB פאר די מוזיק, סטעביליטי קאנטראל (וואס איז שוין היינט א געזעץ אין אמעריקע וואס יעדע אויטא מוז האבן, עס העלפט אנטקעגן פארלירן קאנטראל ח”ו), און האנדא זאגט אז די רייד איז מער סמאאד. אויכעט די מיילעדזש איז פארבעסערט מיט ארום 3 מייל-פער-גאלאן.
קאנסומער רעפארטס איז מודה אז די ענדזשין/טראנסמישאן פון האנדא איז גאר גוט, און אזוי אויך די מיילעדזש; אבער זיי לייקענען אז די רייד איז מער סמאאד. זיי זאגן אז ס’איז נישט קיין געסעטלטע רייד, און עס פילט נישט באקוועם.
אבער האנדא האט 2 פראבלעמען, אפילו לויט זייערע “חסידים”. איינס, דער צונאמי אין יאפאן האט פארלאנגזאמט די פראדוקציע פונעם נייעם סיוויק מיט איבער א האלב יאר, און הייבט ערשט יעצט אן אריינצוקומען אינעם מארקעט נאך עטליכע חדשים פארשפעטיגונג, און חוץ מזה האבן זיי ביזנעס אין “טאילאנד” וואו עס זענען פארגעקומען שטארקע פלאדס און האנדא מוז אפשפארן זייערע ביזנעס צענטערן פאר א שטיק צייט; און צווייטנס, די אנדערע קאמפאניס האבן זיך גענומען אין די האנט אריין ווען זיי האבן געזעהן אז די קליינע סייז קאר ווערט גאר שטארק אויפגעכאפט צוליב די שטייגענדע גאז פרייזן און שוואכע עקאנאמיע, האבן זיי אנגעהויבן אריינלייגן כוחות דערין, קאפ און מח, און היינט האבן אלע באקאנטע קאמפאניס – מיטן אויסנאם פון קרייסלער – א גוטע קליינע קאר וואס האט זיך גארנישט צו שעמען פונעם סיוויק, אדרבה, עס שטייגט עס גאר איבער. אזוי אויך די אמאליגע מלכ’ל, די טאיאטע קאראלע, זיצט פארשעמט און צוריקגעבליבן.
שעווי קרוז, האנדעי עלאנטרא, פארד פאקוס
למשל, די “שעווי קרוז” אויטא איז געווארן שטארק אויפגעכאפט צוליב די אויסערגעוועליכע קוואליטעט, און איז אין פאקט געווען די בעסט-סעלינג קליינע אויטא אין די לעצטע יאר, מענטשן זענען מורא’דיגע צופרידן דערמיט. אזוי אויך די אויבנדערמאנטע “האנדעי עלאנטרא”, וואס בכלל שפרייזט האנדעי מיט שנעלע טריט אויפן וועג ארויף צו טון צוביסלעך וואס טאיאטע האט אמאל געטון מיט די אמעריקאנער קאר קאמפאניס, זייער קוואליטעט און קאסטומער לאיעלטי איז גערעיטעד צו זיין גאר הויך, און אזוי אויך האט פארד דעם נייעם 2012 “פאקוס” וואס פארט עפעס אויסערגעווענליך געשמאק, אזוי אז האנדא און טאיאטע האבן זיך שוין נישט מיט וואס גרויסצוהאלטן. און אויב זיי וועלן זיך נישט א “שאקל טאן”, קענען זיי בלייבן זייער אונטערשטעליג.
האנדא העדקוואדערס זענען אבער נישט בלינד, זיי זעהען וואס גייט פאר, און זייערע “שעירס” זענען געפאלן מיט בערך 22%, און זיי האבן שוין געמאלדן אז זיי ארבעטן גאר שווער צו רי-דעזיינען דעם אויטא פריער ווי די באשטימטע סקעזשועל (געווענליך נישט בעפאר 3 יאר), און אז א פארבעסערטע 2014 מאדעל וועט זיין צובאקומען גאנץ פרי אין יאר 2013.
טאיאטע קאראלע
טאיאטע וועט אויך ארויסקומען מיט א פארבעסערטע קאראלע קומענדיגע יאר, אבער מען ערווארט נישט קיין דראסטישע פארבעסערונגען. אבער קיינער קען נישט פאראויס זאגן, ווייל טאיאטע האלט די מויל זייער פארמאכט, און לאזט נישט ארויסרינען קיין שום אינפארמאציע פון זייערע פלענער.
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- האנדא-אודיסי און טאיאטע-סיענע
- בכל מאודך
- א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע
- א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 2
- א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 3
- א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 4
- ערשטע קלאס פאסט, אין די אויגן פון געזעץ
- וואקאציע: נארט מיאמי
- וואקאציע: פאלם ספרינגס
- איי איי די קאנטרי...
- איבערבליק אויף די אויטאמאביל מארקעט (This post)