איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן פערזענליך א פאסירונג ביי א אינגערמאן, און איך בין נאך אלץ אונטער א טיפן רושם, אזוי ווי איך זעה אז איר געט א בימה פארן ציבור זיך אויסצוגעבן אין אייער העכסט געלונגענע אויסגאבע, ביטע זייט עס מפרסם, און אויב וועט עס משפיע זיין אויף אפילו איין איד, והיה בזה שכרי ושכרכם.
*
איך קען דעם אינגערמאן, ער איז א פשוטער בעל-בית, אין די מיטעלע דרייסיגער, האט שיעורים, און איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה אלץ א פשוטע ארבייטער אין א געוויסע ביזנעס, ער איז ווי מען ריפט עס, אן “עוועריזש” פארדינער.
מאכט זיך אז ער גייט איין אין א שותפות אינוועסטמענט מיט א צווייטן איד אויף א זייטיגע געשעפט’ל, זייענדיג פארזיכטיג , האט ער די שותפות אויסגעארבעט מיט א לויער צו פארזיכערן זיינע פולע לעגאלע רעכטן העלפט אויף העלפט. לא ארכו הימים און די זייטיגע ביזנעס איז גאר שטארק מצליח, זיין חלק אין די שותפות ברענגט אים אריין א הערליכע צוגאב הכנסה, עס איז ממש ווי א ישועה מן השמים, טאקע נישט ממש קיין עשירות, אבער ער זעט שוין ווי אזוי ער וועט קענען חתונה מאכן די קינדער, קויפן א הויז, און זיך אוועקלייגן לימי הזקנה בכבוד.
נאך צוויי יאר וואס אלעס פארט על מי מנוחות, מאכט זיך א מיינונגס פארשידענהייט צווישן אים און זיין שותף, און נאך פארשידענע סיבות, עס בלייבט אז מען וועט פארקויפן די ביזנעס, און מען וועט זיך צוטיילן מיט די געלט, א סומע פון איבער א מיליאן דאלער שוין נאכן צוטיילען און העלפט!
עס מאכט זיך אבער חלוקי דעות, עס איז געקומען לדין תורה, און עס שטעלט זיך ארויס, אז כאטש ער האט טאקע זיך פארזיכערט לעגאל, און על פי חוקת המדינה אז ער איז א פולשטענדיגע פופציג פראצענטיגע שותף, איז אבער על פי תורה עס נישט געווארן אויסגעארבעט ריכטיג, און די פסק איז ארויס אז ער האט נישט קיין שום חלק אין די רווחים, בלויז די געלט וואס ער האט ארגינעל אינוועסטירט (בערך 70 אלפים).
איך דארף אייך נישט אראפמאלן וואס דער אינגערמאן האט ביי זיך געשפירט, ממש מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, ער האלט שוין אט ביים חתונה מאכן די קינדער, וואוינט און א געדינגענע הויז און צאלט איבער דריי אלפים א חודש רענט, א שוואך באצאלטע דזשאב, די געלט אויף וואס ער רעכנט און חלום’ט שוין די לעצטע פאר יאר איז פשוט אויסגערינען אין א אויגן בליק.
ער לויפט אריבער צום לויער זיינעם מיט א קלאפעדיג הארץ, וואס האסטו געטון מיט מיר? די לויער בארואיגט אים, נישטא קיין סיבה זיך צו זארגן, די געלט איז דיינס! עס איז אויסגעארבעט געווארן אויף הינדערט פראצענט, איך גיב היינט אריין א קלאגע אין געריכט, עס איז נישט קיין ספק אז די וועסט געווינען, זיין לשון איז געווען “די קעיס איז א סלע”ם דאָנ”ק!”.
“ווי אזוי האט זיך די מעשה געענדיגט” פרעגט איר? עס איז שוין געענדיגט! ביי דעם איז עס געבליבן, ער האט אויסגעהערט דעם לאיער, זיך באדאנקט, און איז אהיים געגאנגען. ביינאכט האט ער ערקלערט פאר זיין צושטורעמטע פרוי אז א איד טאר אין קיין געריכט נישט גיין, עס איז טאקע שווער, אבער קיין צווייטע ברירה איז נישטא, ווי א אשה כשרה האט זי פארשטאנען און צוגעשטימט.
*
פארוואס דערצייל איך עס אייך? פאר דריי סיבות
1) עס איז א געוואלדיגע קידוש השם, אזוי ווי דער רמב”ם זאגט “כל הפורש מעבירה או עשה מצוה, לא מפני דבר בעולם, לא פחד ולא יראה, ולא לבקש כבוד, אלא מפני הבורא ברוך הוא, כמניעת יוסף הצדיק עצמו מאשת רבו–הרי זה מקדש את השם. ועליו הכתוב אומר “עבדי אתה ישראל, אשר בך אתפאר”
עס איז א קידוש השם צו זען ווי א פשוטער איד איז זיך מתגבר מיט אזא שטארקייט און מוותר אויף א ריזן סכום פאר איין איינציגע סיבה, צו טון די רצון הבורא, זאל עס טאקע מפורסם ווערן ברבים אז דער רבשו”ע האט אידן וואס זענען מקיים בכל מאודך מיט א גבורה עילאה! איך וויל האבן א חלק אין דעם, און עס מפרסם זיין כדי עס זאל זיין א קידוש השם ברבים אזוי ווי דער רמב”ם זאגט “אם היה בעשרה מישראל–הרי זה קידש את השם ברבים”.
2) איך בין טאקע נישט ראוי צו זאגן קיין מוסר פאר קיינעם, אבער יעדער וויייסט וואס די מצב איז היינט ליידער מיט ערכאות, אפילו ביי שיינע אידן, אפילו ווען אן דעם געלט קען מען זיך שיין אויסלעבן די יארען, און נאך מיט א שמוץ אריבער. קען זיך מאכן אז ווען איינער קומט לידי נסיון זאל עם ארומנעמען א יאוש געפיל, “פונקט איך זאל זיין א פרומער? יעדער גייט סיי ווי” זאל מען וויסן אז עס איז נישט אמת! נישט יעדער גייט! עס זענען דא אידן וואס זענען עומד בנסיון, אפילו ווען עס מיינט כמעט פארלירן דעם דאך איבערן קאפ! עס איז בכלל נישט הותרה הרצועה! כביכול האט נישט באנקראטירט! איי עס איז דא וואס גייען יא? מיין מלמד פלעגט זאגן אז אין גיהנום איז דא געניג פלאץ פאר יעדן.
3) אז מענטשן זאלן זיך וויסן זיך צו באווארענען איידער מען גייט אריין אין א געשעפט, פונקט ווי מען רעד זיך דורך מיט א לאיער להבדיל, אויך זיך דורכצורעדן מיט א דיין צו א טוען רבני וכדומה, כדי זיך צו פארשפארען אומגעהויערע עגמת נפש בעתיד.
בכל מאודך
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: על דא ועל הא · דורך: admin · בעל-בית נומער: 20 · דאטום: 2010-06-28
http://www.balboos.com/content/2010/06/בכל-מאודך/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2010/06/בכל-מאודך/ קאפיע אין ארכיוו