וויאזוי מאכט מען געלט

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון מיין אפיס פענסטער'ל · דורך: מתתי' גראס · בעל-בית נומער: 20 · דאטום: 2010-06-28
http://www.balboos.com/content/2010/06/וויאזוי-מאכט-מען-געלט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וויאזוי מאכט מען געלט

איך קען זיך פארשטעלן וויאזוי די ברילן ווערט ארויפגעריקט אויפ’ן שטערן, די סקרין ווערט צוגעריקט נענטער, און מען נעמט זיך צו ליינען מיט פלייס, מען גייט דא מגלה זיין דעם סוד וויאזוי מען מאכט געלט, א קלייניקייט?
און איך וועל אייך נישט אנטוישן, יא, לדעתי גיי איך דא מגלה זיין א יסוד איתן וואס זייער אסאך מענטשן פארזעהן היינט, וואס מען זאל נעמען דעם פונקט אין קאנסידיראציע וואלט נישט געווען אזויפיל אידן אן קיין קביעות’דיגע פרנסות.
איז לאמיר אנהייבן מיט א מצב וועלכע מאכט זיך פיל מאל אין א מענטש’ס לעבן, מען דערזעט זיך אז מען דארף וויכטיג עפעס א זאך, לאמיר זאגן אז מען דארף וויכטיג מאכן א “פאספארט”, ווייל מען האט באשלאסן צו פארן איבערמארגן קיין ליזענסק, מען נעמט זיך איברצודרייען וועלטן, מען רופט דעם און יענעם, מען קלאפט ממש א וואנט. אונזער ר’ משה – לאמיר אים אנרופן אזוי – שטעלט זיך אפ א מינוט אינמיטן שוויצן אויפ’ן העכסטן דעגראד און טראכט צו זיך: איך פארשטיי נישט, מיין ברודער גייט פארן מיט דעם נסיעה האט נישט מיטגעמאכט קיין משהו עגמת נפש ביים מאכן זיין פאספארט, ער האט עס געטון פאר אפאר חדשים צוריק, ער האט געווארט אפאר וואכן דערויף, און ער האט עס באקומען, ער האט נישט געמוזט צולייגן קיין משהו מחשבה, קיין נערוועזיטעט, קיין שוויצעריי, דער פאספארט איז אים אנגעקומען אין די פאסט שיין איינגעפאקט, ער האט עס אוועקגעלייגט אויף אפאר חדשים ארום, און יעצט איז ער גרייט צו פארן! ויסעו!
ווידעראום איך – טראכט ר’ משה – איך דארף צוזאמענברענען הימל און ערד צו שאפן דעם נישטיגן פאספארט. וואס איז פשט?
די תירוץ איז פשוט, גארנישט קומט נישט אין א מינוט, מען רעדט דא פונעם זעלבן סארט פאספארט, פאר די רעגירונג איז איין חילוק פאר וועם זיי מאכן דאס, נאר די צייט צו מאכן דעם פאספארט געדויערט 3-4 וואכן, אז מען דערמאנט זיך מאמענטאל אז מען וויל ערגעץ פארן איז נישטא קיין אויסוועג, וועסט מוזן ווארטן אפאר וואכן, אז מען דערמאנט זיך אפאר וואכן צו חדשים פריער האט מען יעצט מאמענטאל גרייט א פאספארט.
און אזוי קען מען אויסרעכענען פארשידענע מצבים ווען מען וויל עפעס עמורדזשענסי, אבער מען איז פשוט הילפסלאז קעגן די נאטור וועלכע לאזט דאס נישט עררייכן אין א מינוט.
עס זענען פארהאן זאכן וועלכע קומען אויטאמאטיש מיט די צייט, אנדעם וואס מען זאל דארפן צופיל קלערן דערפון. יעדער האט שוין אלץ קינד געוואלט זיין א “טאטע” אויף די מינוט און מען האט געמוזט ווארטן דערויף, אבער יעדער ווערט בעל כרחך עלטער. יעדער ווערט מיט די צייט קלוגער.
אבער רוב קביעות’דיגע זאכן אין לעבן געשעהן נישט אזוי, זאכן געשעהן צוביסלעך, וואס דעריבער קען זיך גרינג פארשטיין אז א מענטש זאל נישט וועלן טון דער ארבעט אנצוקומען דערצו, ווייל יעדער גלייכט צו זעהן גלייך רעזולטאטן, און קיינער גלייכט נישט צו ארבעטן אויף לופט און אן קיין ממשות.
שטודיעס צייגן אז רוב קאסטומערס בעניפיטירן נישט פון די “ריבעיטס” וועלכע קאמפאניס לייגן ארויף אויף פארשידענע פראדוקטן, די קאמפאניס ווייסן די שוואכקייט פון מענטשן אז ווי שווערער מען וועט דארפן ארבעטן דערויף און ווי לענגער עס וועט געדויערן צוריקצובאקומען דעם ריבעיט וועלן מענטשן פארלירן זייער געדולד צו עוסק זיין אין דעם ענין. אבער זיי מאכן זיכער אז אינעם רעקלאמע זאל זיך דאס נישט אנזעהן, נאר עס זאל צייגן ווי דער פראדוקט איז באמת ביליגער. “$59.00” און אין קליינע אותיות “נאכן ריבעיט”. אזוי פארדינען די קאמפאניס שווערע געלטער פון דעם פאקט אז מענטשן גלייכן נישט צו ארבעטן אויף א זאך וואס זיי זעהן נישט פאר די אויגן. ווען דער ריבעיט זאל געשען פון איין מינוט אויפן צווייטן וואלט יעדער געארבעט דאס צו באקומען.
אז איינער זאל זאגן פאר ר’ משה אז ער קען אים שאפן א פאספארט אין א טאג, פארשטייט איר זייער גוט אז דער פאספארט מוז זיין א געפעלטשטער, און אז איינער זאל אייך זאגן אז א קאמפיוטער קאסט 59 דאלער “אן קיין ריבעיט” פארשטייט איר אז דא רעדט מען נישט פון קיין געווענליכע קאמפיוטער נאר א “ליטעל טייקס” קאמפיוטער.
אבער פארוואס? פארוואס פארשטייט איר נישט אז ווען איינער זאגט אייך צו צו מאכן 30 טויזנט דאלער א חודש פון זיצן אויפן סאפע אינדערהיים רעדט מען פון “פלעי מאני”? פארוואס פארשטייט איר נישט אז פונקט ווי צו מאכן א פאספארט פארלאנגט זיך געדולד און צייט, פארלאנגט זיך אויך צו מאכן א וועכנטליכע וועידזש געדולד און צייט?
אינעם היינטיגן עקאנאמיע ווען מענטשן האבן פארלוירן זייערע דזשאבס שווימט ארויף זייער שטארק דעם אויבנדערמאנטן פאקט אז דער טערמין “צוביסלעך” איז זייער אומבא’טעמ’ט ביי מענטשן, מען רעדט פון א דבר שלא בא לעולם, און יעדער דארף יעצט! איך דארף יעצט א וועידזש! געוואלד! איך קען נישט “יעצט” צאלן דעם רענט! מיין ברודער מאכט א וועידזש פון 1000 דאלער א וואך, ער האט דאס יעצט און איך דארף דאס אויך יעצט!
זאל עס אבער קלאר דערהערט ווערן, דער טערמין “יעצט” האט א פרייז! שנעלערהייט וועסטו קיינמאל – קיינמאל! – נישט באקומען א זאך וואס דו באקומסט “צוביסלעך”!.
ווען דו ווילסט “יעצט” געלט איז דא צוויי ברירות, אדער באקום ווייניג געלט יעצט אבער באזירט אויף פעסטע יסודות, נעם אן א פשוט’ע ארבעט וואס מען צאלט טאקע ווייניג אבער דו ביסט פארזיכערט מיט א וועידזש, – און דאן נעם זיך צו ארבעטן צוביסלעך אויף עפעס גרעסער. אדער ווער גרעסער אין דעם פאזיציע אליינס, “צוביסלעך” וועסטו מאכן מער און מער. דאס איז די ערשטע ברירה.
און די צווייטע ברירה איז א אפציע וועלכע האט פילע מענטשן אומגליקליך געמאכט, נעמליך, באקום אסאך געלט יעצט, אבער באזירט אויף שוואכע יסודות. און שוואך מיינט שוואכער ווי א פליג. -וואס פארשטייט זיך אז דאס גאנצע פארדינען געלט אויף אזא אופן איז אפגעפרעגט, מען קען קיין געלט נישט פארדינען אזוי -  א שאד יעדעס ווארט צו רעדן דערפון, די פאקטן שרייען משונה’דיג הויעך.
די יסוד פון מאכן געלט איז “צוביסלעך”, אדרבה, באטראכט די אלע פירמעס בלויז אינעם היימישן מארקעט פןו די לעצטע פאר יאר, די וואס זענען געגאנגען גוזמא’דיג גרויס פון די ערשטע מינוט אין א בחינה פון “יעצט, שוין”! זיי האבן אלעס געוואלט אויף די מינוט, איבערגעהיפט די געווענליכע פראצעס פון ווערן גרויס צוביסלעך, מיט די געווענליכע פראצעדור פון “חברא חברא אית ליה” אז צוביסלעך גייט ארויס אין די גאס די שם טוב פון די פירמע און מען ווערט גרעסער און גרעסער – די האבן קיין קיום נישט געהאט. און לאו דוקא אין די היימישע גאס, עס איז איבעראל אזוי.
פרנסה האט נאך א פאקטאר וועלכע איז געקניפט און געבינדן מיטן אויבנדערמאנטן, און דאס איז “שווער” ארבעטן. ווען מען רעדט פון “צוביסלעך” דארף מען וויסן אז צוביסלעך מיינט אויך אסאך האראוואניע און אנטוישונגען. עס האט נאך קיין מענטש עפ”י דרך הטבע (להוציא לאטאריע) נישט געפונען דעם וועג אויסצושפילן געהעריג דעם סיסטעם פון “בזיעת אפיך תאכל לחם”, קיינער איז נאכנישט אנגעקומען צום שפיץ לייטער פון עשירות מיט ריזיגע און גרינגע טרעפ, יעדער ווער עס קומט אן דארט האט געמוזט גיין קליינע און שווערע – רוב מאל ביטער שווערע – טרעפ.
“צייט” און “כח”, – און בעפאר אלעם “בטחון בהשי”ת” – דאס זענען די דריי כעמיקאלן וועלכע ווען זיי ווערן צוזאמגעמישט פאראורזאכט דאס א קייט רעאקציע פון א רחבות’דיגע קביעות’דיגע און פעסט באזירטע פרנסה.