מיין בעסטע פריינט

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · דאטום: 2010-06-28
http://www.balboos.com/content/2010/06/מיין-בעסטע-פריינט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
מיין בעסטע פריינט

פיל מאל מיינען מיר, אז ווי מער מיר נעמען זיך אונטער, אלס מער סוקסעספול וועלן מיר ווערן. אבער, די מציאות איז בכלל נישט אזוי. ווי מער מיר געוואוינען זיך צו צו זאגן דעם “ניין,” אלס שנעלער און גרינגער וועט עס זיין פאר אונז צו אויפבויען אונזערע ביזנעסער.
א גאר בארימטער ביזנעס-מענטש האט אמאל געשריבן וועגן זיינע יסודות אין הצלחה. ער האט געזאגט, “איר מוזסט זאגן ‘ניין’ צו אלע קלייניגקייטן. אין פשוטע ווערטער, זאגט ‘ניין,’ צען מאל צו יעדע ‘יא!’ ווען איר הייבט אן אין ביזנעס.”

“ווי מער איר וועט זאגן “ניין”, אלס העכער וועט איר גיין”

עס איז אוממעגליך צו אננעמען יעדע פראדוקט, זיך פארנעמען מיט יעדע קלייניגקייט, אדער אריינגיין אין יעדע אפמאך, ווען מען פאנגט אן אין ביזנעס. און, וויבאלד איר וועט אנטרעפן אלס מער געלעגנהייטן ווי מער סוקסעספול איר ווערט, מוזסט איר שטענדיג אנשטרענגען אייערע “ניין” מוסקולן. די צאל צייטן ווען איר וועט זאגן “ניין” וועט זיך נאר פארמערן ווי העכער איר קרוכט אויף די הצלחה לייטער.
טראכט אזוי: ווי מער איך זאג דעם “ניין,” אלס העכער וועל איך גיין.
פילע גרויסע פירמעס האבן ספעציעלע ליסטע פאר זייערע ארבעטערס וואס זיי זאלן “נישט” טוהן! דורך מאכן א החלטה נישט צו טוהן געוויסע פעולות וואס נעמען סתם אויף צייט אבער טוהן נישט אויף צופיל, האבן די פירמעס געזעהן גרויסע שינוים לטובה אין זייערע הכנסות.
ווען מען זאגט “ניין” צו געוויסע זאכן, האט מען אטאמאטיש מער צייט זיך צו אריינטוהן אין די “יא”- די וויכטיגערע, מער ווערדפולע, פראיעקטן.
דעריבער, איז א גוטע עצה צו צוזאמשטעלן אזא סארט ליסטע מיט אנווייזונגען וואס איר, אדער די אנדערע אין אייער ביזנעס, זאלן נישט טוהן, און אזוי ארום וועט איר זיך קענען מער אריינטוהן אין די “יא!”
געדענק: ווי מער איר וועט זאגן דעם “ניין,” אלס העכער וועט איר גיין!