נייע טעכנעלאגיע ערלויבט אנצוקומען צום ציל צען-פאכיג שנעלער

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

דאטום: 2010-09
http://www.balboos.com/content/2010/09/נייע-טעכנעלאגיע-ערלויבט-אנצוקומען-צו/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייע טעכנעלאגיע ערלויבט אנצוקומען צום ציל צען-פאכיג שנעלער

אהההההה….. א שטיין אראפ פון פלייצע…. איך וויל דא אויסדרוקן ברבים מיין געוואלדיגע קורת רוח און שטוינונג פונעם נייעם טעכנעלאגיע “לייוו פעסטער” – א פראדוקט וועלכע ספיד ארויף דעם לעבן צום מאקסימום, און מען קען אנקומען אין די הויכע 90גער יארן אין אן אויגנבליק.
פון א זשורנאליסטישע פרעספעקטיוו האב איך דאס געמוזט אויספראבירן, און יעצט זייענדיג 92 יאר, מיטן שניי ווייסן בארד, קען איך בפה מלא אויסדרוקן “מישען עקאמפלישט”. איך בין דא ווי יעדער איילט זיך אנצוקומען!
ענדליך ענדליך… אגאנץ לעבן האב איך זיך געיאגט און געאיילט, מענטשן האבן נישט געקענט רעדן צו מיר קיין גלייך ווארט, די אגודל איז מיר רויט געווארן פון די בלעקבערי טרעק-באל פון טעקסטן און ערלעדיגן, איך האב זיך געיאגט, אויסגעיאגט די נשמה, אויפגעשטאנען גלייך צום מנין וואס האלט שוין ביי ברוך שאמר ווייל איך האב זיך געלייגט שפעט, קיין לעולם יהא אדם האב איך קיינמאל נישט געזאגט, שוין געהאט צוזאמענגעלייגט די טלית ביי אשרי ובא  לציון, די לענגערע תחנון פון שני וחמישי איז ביי מיין מנין קיינמאל נישט געזאגט געווארן נאכן געפינען א “ברית” אדער א “יארצייט” אין באהאלטענע קעמערלעך, איך בין געווען דער “פליקער” ווען דער פוילער בעל תפלה האט נישט געוואלט אנהייבן שמונה עשרה, און דער “ברומער” ווען דער ארץ ישראל’דיגער האט געמוזט רעדן פאר אשרי וועגן זיינע מוסדות על טהרת הקודש. איך בין געווען דער “פייפער” ווען דער אלטער אין פארנט פון מיר איז נישט געפארן ווען דער לייט האט קלאר געוויזן גרין, און דער “אויסקרויזער” ווען דער דיקער פוילער טרעילאר איז בלויז געפארן מיט צען העכער דעם ערלויבטן ספיד לימיט.

געאיילט און געיאגט, קיין רואיגע מינוט נישט געהאט, מיין מח האט געפיבערט און געהיצט, אלעס אז איך זאל האבן געלט און איך זאל זיין רואיג, איך זאל קענען חתונה מאכן אלע קינדער, קויפן הייזער, און טיילן פאר די אייניקלעך ביד רחבה.
יעצט בין איך דא!
איך זאג אייך קלאר, עס לוינט זיך יעדן פרייז! יאגט זיך אהער אין מיין פאזיציע די שנעלסטע וואס מעגליך! שוינט נישט קיינעם אויפן וועג, קוקט אייך נישט אום אויף גארנישט, די גאנצע 90 יאר זאל זיין צושטערט און פארסאפעט אבער ביי די 91 וועט איר אנקומען צום ציל. יאגט אייך אהער ווי שנעלער! שנעלער שנעלער שנעלער! נו? וואס חלומ’ט איר? וואס איז דאס גע’טראכט’אכץ יעצט אין אזאלכע אינגע יארן?
די קומענדיגע פאר יאר בין איך רואיג, איך ווייס אז אט אט וועט קומען דער צייט… נו? וואס איז דא זיך צו איילן? איך וועל שפאצירן גאר לאנגזאם מיטן שטעקן, דער ערל וועט מיך ארומפירן ווען מיינע גלידער האבן שוין מייסטנס אפגעדינט, איך וועל קענען זיצן ביים שיעור און אויסהארכן דעם חק לישראל, נו? פרעג איך אייך, האט זיך נישט געלוינט זיך אהערצויאגן?
*
זקינך ויאמרו לך, פרעגט אייער זיידע, פרעגט אים צו ער קוקט זיך נישט אן ביי די 90 ווי ער איז נשפע געווארן פון דעם “לייוו פעסטער” טעכנעלאגיע, דער אינגער לעבעדיגער ארבייטער, וואס האט אלץ בחור געפלאנט אויסצואוואקסן דעם רבן של ישראל – און יענע יארן זענען געגאנגען עפעס אויסטערליש לאנגזאם, נישט געאיילט נישט געכאפט -, אלץ אינגערמאן האט זיך אים דאס לעבן גענומען צו גאלאפירן מיט א אומגעהויערע שנעלקייט, ביי די 20 האט ער געשטרעבט צו  ווערן א שיינער פארדינער, ביי די 30 האט ער געשטרעבט צו קויפן א הויז, ביי די 40 האט ער געשטרעבט צו ווערן א מיליאנער, ביי די 50 האט ער געשטרעבט צו פראווען ברייטע חתונות, אגאנץ לעבן האט מען נישט געקענט רעדן צו אים, אדורך נאך א יאר און נאך יאר אומבאמערקטערהייט, און אומגערישט געט ער א קום אן צו די 70 און די 90, ער איז אנגעקומען מיט א גרויסן שארט סטאפ! נו? וואס יעצט?
האלאו האלאו, בארואיגט אייך! בארואיגט אייך! א איד מעג און מוז ארבעטן, א איד מעג און מוז מאכן שיין פרנסה. אבער קאם אן! לאז אביסל נאך די רתיחת הדם, וועסט זיך טרעפן ביי די 60 מיט די זעלבע יאגעניש קרח מכאן וקרח מכאן, הנאה געהאט פון דיין לעבן האסטו נישט, און פון דיינע אלע חלומות האט זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאז.
אפשר מיטן שרייבן פאר אנדערע וועל איך אביסל נאכלאזן פון מיין יאגעניש, מי יתן והיה.

נייע טעכנעלאגיע ערלויבט אנצוקומען צום ציל צען-פאכיג שנעלערקאפירן לינק