עלעוועיטערס פירן ארויף אדער אראפ. זיי קענען אפילו שטיין אין איין ארט אויב דאס איז וואס מיר ווילן, און פילע יחידים וועלן דאס טוהן אין זייער לעבן, צו בלייבן שטיין. דער איינציגער פראבלעם איז, אז ווען מען בלייבט שטיין אויף איין פלאץ, קומט מען אין ערגעץ נישט אן.
פארוואס דאס איז אזוי געפערליך? אפשר זענט איר צופרידן מיט אייער לעבן אין די יעצטיגע מצב. די ביזנעס זעהט אויס צו גיין גוט; קונים זעהן אויס צופרידן; פארקויפונגען גייען כסדר אן. דער פראבלעם איז אבער, אז כאטש מיר בלייבן די זעלבע, טוישט זיך די וועלט ארום אונז, און כדי צו מיטהאלטן מיט אלע שינוים וואס גייען פאר כסדר, מוזן מיר זיך אויך טוישן.
פונקט ווי אין אן עלעוועיטער, קענט איר אויך אין אייער לעבן קאָנטראָלירן אייער רייזע. קוקט וואו איר זענט און רעכנט אויס וואו איר ווילט זיין. אויב איר ווילט זיך רוקן, וועט איר אפשר מוזן ארבעטן שווערער אדער פּלאנען בעסער און דרוקן געוויסע קנעפלעך. און אויב אייער ציל איז צו גיין “ארויף”, מוזסט איר טראכטן פון א קלארע וועג ווי אזוי צו אנקומען דארט.
פון ווען מיר ווערן געבוירן, איז אונזער לעבן איין לאנגע קייט פון וואוקס. יעדעס יאר מעסט מען די וואג און הייעך פון א קינד, האפנדיג צו זעהן א חילוק. וואוקס איז גאר וויכטיג אינעם לעבן. ווען מיר הערן אויף צו וואקסן פיזיש, מוזן מיר אבער כסדר וואקסן אין רוחניות, מענטשליכקיייט, גייסט, א.א.וו.
אבער צו אויפהערן וואקסן אינגאנצן, איז קיינמאל נישט גוט. אייער ביזנעס מוז כסדר וואקסן אזוי ווי א קינד. ווי מצבים טוישן זיך, אזוי מוז זיך אייער ביזנעס טוישן.
האלט אלעמאל אין געדאנק אז כאטש אין די צייט שפּירט איר באקוועם אין אייער ביזנעס, און אלעס גייט ב”ה גלאטיג, מוזסט איר אלעמאל זיין גרייט צו טוישן און וואקסן. ווייל איר ווילט נישט בלייבן שטיין בשעת יעדער איינער רוקט זיך ווייטער.
“היינט איז נישט נעכטן: מיר אליינס טוישן זיך; דאן ווי אזוי קענען אונזערע מחשבות און טאהטן זיין די זעלבע און דאך דאס בעסטע?
ארויף אדער אראפ
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: אח"ק , תש"ע · בעל-בית נומער: 11 · דאטום: 2010-04-19
http://www.balboos.com/content/2010/04/ארויף-אדער-אראפ/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2010/04/ארויף-אדער-אראפ/ קאפיע אין ארכיוו