א שלעכטע טאג מיינט נישט א שלעכטע לעבן

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: אמור , תש"ע · בעל-בית נומער: 12 · דאטום: 2010-04-27
http://www.balboos.com/content/2010/04/א-שלעכטע-טאג-מיינט-נישט-א-שלעכטע-לעבן/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
א שלעכטע טאג מיינט נישט א שלעכטע לעבן

א מענטש מעג האבן א שלעכטן טאג. ער מעג אפילו האבן א שלעכטן וואך. אבער עס קען נישט ווערן א געוואוינהייט, ווייל נאכדעם ווערט עס א שלעכטן לעבן. א גוטער לעבן ענטהאלט עטליכע שלעכטע טעג, עטליכע שלעכטע וואכן, און אפילו עטליכע שלעכטע חדשים. פיל מאל איז עס די טעג וואס פארשאפן א קאנטראסט מיט די גוטע און דערפאר מאכט עס די לעבן אזוי זיס.
אין ביזנעס, וועלן געוויסע טעג זיין בעסער ווי אנדערע. פיל מאל זעהן מיר אפילו ווי די שלעכטע טעג זענען נאר א קורצע הקדמה צו די גוטע טעג וואס קומען נאכדעם. איר האט שוין זיכער געהאט אזעלכע סארט טעג וואס האבן אויסגעזעהן אזוי געפערליך אבער דער אייבערשטער האט זיי נאר מאסקירט. און ווען איר האט אזעלכע טעג, קענט איר ניצן די געלעגנהייט צו מאכן טוישן אין די ביזנעס וואס וועלן נאר אויפטוהן אויף ווייטער.
איז וואס טוהן מיר ווען מיר האבן א שלעכטן טאג? דא האט איר עטליכע עצות: ערשטנס, שטופט עס נישט אוועק. אפטמאל, ווען מיר טוהן דאס, ווערט דעם טאג פארוואנדלט פאר א וואך אדער א חודש. זייט דאנקבאר פאר די זאכן וואס איר לערנט זיך ארויס פון אזעלכע טעג. לערנט אייך אויס צו פרעגן, “וואס געשעהט יעצט וואס איך וואלט נישט געוואלט זאל געשעהן?” “וואס געשעהט נישט יעצט וואס איך וואלט יא געוואלט זאל געשעהן?” “וואס האב איך געטוהן (אדער נישט געטוהן) אין די עבר וואס האט מיך אריינגעשלעפט אין דעם שלעכטן טאג?” “וואס קען איך טוהן אין דעם עתיד צו פארמיידן אזא טאג?” די סארט שאלות ערמעגליכן אונז צו ארויסלערנען פון די שלעכטע טעג פאר די עתיד. די אזוי-גערופענע שלעכטע טעג ווערן אונזערע לערערס!
איר האט שוין זיכער געהערט דעם אויסדריק, “איין טאג ווען דו וועסט צוריקקוקן צו דעם וועסטו נאך לאכן.” פארוואס דארף מען ווארטן? לאך שוין יעצט! ווען מען לערנט זיך אויס צו לאכן בשעת מען האט דעם שלעכטן טאג, גייט עס אדורך א סאך גרינגער. עס מאכט עס אויך גרינגער פאר די מענטשן ארום אייך!
און געדענקט אז איר קענט אלעמאל אנהייבן דעם טאג פון דאסניי, אפילו ווען די זייגער האלט שוין ביי 7:30 אויפדערנאכט! פארוואס זאלן די איבערגעבליבענע שעות ליידן?
די נעקסטע מאל וואס איר האט א שלעכטן טאג (האפענטליך נישט צו שנעל!) האט אינזין די דאזיגע פונקטן, און געדענקט אז עס קומט באלד א נייער טאג!