סטיוו זשאבס – 3

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: חיי שרה תשע"ב · בעל-בית נומער: 49 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/סטיוו-זשאבס-3/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סטיוו זשאבס – 3

עפל גייט פובליק
ווי נאר עפל האט אנגעהויבן צו וואקסן, האט זיך אנגעהויבן געשפרעכן צו נעמען די קאמפאני פובליק.  די פירמע  איז דורך פארשידענע ענדערונגען כדי עס זאל אויסקוקען גוט פאר אינוועסטארס. איינע פון די זאכן איז געווען אוועקצונעמען פון סטיוו זשאבס די אנפירערשאפט פון די דיוויזיע וואס האט פראדוצירט די קאמפיוטערס און געזעצט א עלטערן מער ערפארענע פערשאן אויף זיין פלאץ. זשאבס האט עס נישט געגליכן אבער ער האט עס אראפגעשלונגען, וויבאלד עס האט עמטליך געהייסן אז מען טוט עס נאר פאר די אויסערליכע אימעזש פון די פירמע. זשאבס איז אנשטאט דעם געווארן די פארזיצער פון די באורד.
מען האט אנגעהויבן א מארקעטינג קאמפעין צו פארהערליכן עפל. באצאלטע ארטיקלען וואס זענען געווען געדריקט אין די וואל סטריט זשורנאל האבן ארויסגעהויבן דעם קאמפיוטער זשעני וואזניעק און דעם וויזיאנער און זשעני סטיוו זשאבס. און געברענגט אויסצוגן פון זיי. זשאבס האט זיך גענומען צו דאס וואס ער האט געקענט די בעסטע, שיסן באמבאסטישע פראזן, און מסביר געווען אז די פערסאנעל קאמפיוטער איז ווי “א ביציקל פארן מח”.
זשאבס האט דאן אויך געטוישט זיין פערזענליכע אימעזש, צוזאמען מיט עפל, ער איז מער נישט געגאנגען מיט קיין בארד און לאנגע האר, און אפילו זיך אנגעטון א ביזנעס אנצוג ווען עס האט אויסגעפעלט.
דאן האט מען צוגעטיילט סטאקס פאר א חלק פון די ערשטע עפל ארבעטער נאך אין די גאראזש, אלע זענען זיי געווען גוטע פריינד פון די איגענט. דער הארצלאזער זשאבס האט קאלטערהייט באשלאסן נישט צו געבן גארנישט פאר עטליכע פון זיינע געוועזענע בעסטע פריינט. איינער פון זיי –דען קאטקע- , א גאר נאנטע פריינט, זיי זענען געפארן צוזאמען אויף אינדיע פאר עטליכע חדשים, האט געוויינט צו אים אז ער זאל רחמנות האבן, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס.
א פריינט האט גע’שתדל’ט פאר אים ביי זשאבס, זאגענדיג “מיר דארפען זיך זארגן פאר אונזער פריינד, איך וועל אים געבן פון מיין סטאקס א געוויסע סכום אויב דו וועסט “מעטשן” און אויך געבן די סכום”. סטיוו האט געענפערט “מסכים, איך וועל עס “מעטשן”, דו געב זערא און איך וועל אויך געבן “זערא”….
וואזניעק האט דאן אוועקגעטיילט א דריטעל פון זיינע אייגענע סטאקס פאר די וואס האבן נישט באקומען.
און 1980 למספרם איז עפל ענדליך געגאנגן פובליק, עס איז געווען א קאלאסאלע סוקסעס, עפל האט אריינבאקומען די מערסטע קאפיטאל זונט די פארד אוטאמאביל פירמע בשעתם, סטיוו זשאבס איז געווארן ווערט אין יענעם טאג 217 מיליאן דאלער פון בלויז 7 מיליאן א טאג בעפאר.
זשאן סקולי
אין 1983 האט מארקולע –דער דעמאלסדיגער CEO  פון עפל- געוואלט אפטרעטן פון אמט. די באורד האט געהאלטן – און זשאבס האט איינגעזען אז ער איז נאך צו אינג און נישט  גרייט צו פירן עפל. זשאבס און מארקולע האבן אנגעהויבן צו זוכן דעם פאסיגן פערזאן צו פירן די פירמע.
זשאן סקולי איז דאן געווען א גלענצענדע שטערן אין די ביזנעס וועלט, זייענדיג פרעזידענט פון פעפסי קאלא, ער האט ערפאלגרייך געפירט א מארקעטינג קאמפיין וואס האט שטארק צוגעהאלפן פאר פעפסי אין איר קאמף מיט קאקא קאלע.  עס איז אויפגעקומען א פלאן אז מען זאל ברענגען דעם מארקעטינג זשעני צו פירן עפל, טראץ דעם וואס ער האט נישט געהאט קיין שום ערפארונג אין טעכנאלאגיע. זשאבס האט געהאלטן אז עס איז נאר א מעלה, ווייל אזוי וועט ער אים קענען אויסלערנען און אריינברענגען אין די וועלט פון קאמפיוטערס לויט זיין געשמאק.
סטיוו האט אים באגעגענט און האט אים שטארק געגליכן, ער האט אים פרובירט צו איבערצייגן אז ער זאל פארלאזן פעפסי און קומען צו עפל, סקולי האט זיך געוואקעלט, ער האט געהאט פיל ספקות, ער איז נישט געווען איבערגעצייגט צו ער וועט מצליח זיין אין א נייע פעלד, טא צו וואס איבערלאזן א הויכע פאזיציע אויף א פלאץ ווי ער איז אזוי סוקסעספול.
זשאבס איז דאך אבער געווען דער גרויסער מויל מאכער און געהאט א געוואלדיגע כח פון איבערצייגונג ווען עס איז געקומען צו א זאך און וואס ער האט געגלייבט, האט אים באוואויגען צו קומען צו עפל מיט די פאלגענדע –היינט שוין לעגענדארע- פראז, “צו ווילסטו פארברענגן די רעשט פון דיין לעבן מיט פארקויפן געצוקערטע וואסער, אדער קומען מיט מיר און טוישן די וועלט?”
ווי סקולי שרייבט אליין, האבן ער געפילט ווי ער כאפט א שאקל, די ווערטער זענען אים ארייגעקראכן טיף אין מח און ער האט באשלאסן אויפן פלאץ, ער קומט צו עפל.
די צוויי האבן זיך אויסגעצייכענט פארטראגן אין די ערשטע צייטן, זיי האבן פארברענגט שעות צוזאמען, אבער די פריינטשאפט האט נישט געהאלטן פאר אייביג, ווי מיר וועלן שרייבן שפעטער.
די מעק
די קאמפיוטערס אין יענע צייטן זענען געווען פיל אנדערש ווי מיר זענען היינט געוואוינט. די עלטערע צווישן אונז וועלן מן הסתם געדענקן, דעמאלס איז אלעס וואס מען האט געזען אויפן סקרין באשטאנען פון בלויז טעקסט, עס האט נאך נישט עקזיסטירט אזא בריאה ווי א “קאמפיוטער מייזל”, אלעס איז געטון געווארן דורכן טייפן טעקסט אויף די קיבאורד.
אפילו א ספרעד שיט פראגראם ווי צב”ש וויזיקאלק, האט אויך אויסגעקוקט זייער אנדערש ווי די היינטיגע עקסעל. אלעס איז באשטאנען פון בלויז טעקסט (זע בילד)
עס וואלט מן הסתם געבליבן אזוי פאר א לאנגע צייט ווען נישט די “זעראקס פ.א.ר.ק.”.  פ.א.ר.ק. איז געווען א ריסערטש צענטער פון די זעראקס פירמע און פאלא אלטא, קאליפארניע.  זעראקס, זייענדיג א פירמע פון קאפי מאשינען, האט אין יענע צייטן אויפגענומען זייער ערענסט די מיינונג פון עקספערטן אז ביז א קורצע צייט (!) וועט די קאמפיוטער איבערנעמען דעם אפיס, און אפיסעס וועלן ווערן “פאפירלאז” אלעס וועט זיין עלעקטראניש, און די אומפארמיידבארע תוצאה וועט זיין אז זעראקס וועט בקרוב זיך טרעפן אן קיין קונים פאר אירע קאפי מאשינען.
זעראקס האט באשלאסן אז זיי וועלן נישט ווערן אויסגעשפילט, אדרבא, אויב וועט זיין א עלעקטראנישע אפיס און דעם צוקונפט, וועלן זיי זיין א הויפט שפילער אין די מארקעט. די תוצאה איז געווען א מאדערנע ריסערטש סענטער מיט די גרעסטע קעפ פון יענע צייט, צוזאמגעקליבן פון בארימטע  אוניווערזיטעטן און זיי באויפטראגט אויפצוקומען מיט “דעם אפיס פון דעם צוקונפט”. אט די ריסערטש סענטער איז געווארן אנגערופן מיטן אקראנים פ.א.ר.ק.
פארזעצונג קומט אי”ה

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 1
  2. וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 2
  3. וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 3
  4. וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 4
  5. וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 5
  6. וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 6
  7. וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 7
  8. קוויבוקס: עצות און טיפס
  9. קוויקבוקס: עצות און טיפס
  10. קוויקבוקס: עצות און טיפס
  11. קוויקבוקס: עצות און טיפס
  12. קוויקבוקס: עצות און טיפס
  13. קוויקבוקס: וואס איז ניי אין 2010 1#
  14. קוויקבוקס: וואס איז ניי אין 2010 2#
  15. טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן
  16. ווינדאוס פאון 7
  17. ווינדאוס פאון 7 #2
  18. א בליק אויף Nudgemail
  19. א בליק אויף Find Big Mail
  20. קיבאורד שארטקאטס – א
  21. קיבארד שארטקאטס
  22. א בליק אויף קלאוד קאנעקט
  23. קליפ באורד מענעזשער
  24. דער מעק קאמפיוטער - 1
  25. סטיוו זשאבס - 1
  26. סטיוו זשאבס - 2
  27. סטיוו זשאבס - 3 (This post)