אין דעם טאג וואס וואזניעק האט געענדיגט דעם “עפל 1″, האט ער גלייך אנגעהויבן צו ארבעטן אויך א פארבעסערטע ווערסיע, די “עפל 2″. די עפל 2 איז טאקע געווען באזירט אויף די עפל 1, אבער עס איז דאך געווען א גרויסע דורכברוך. עס איז געלאפן פיל שנעלער, און דאך געשניטן די טשיפס מיט כמעט פופציג פראצענט! אבער דער עיקר אויפטו איז געווען אז עס איז געווען די ערשטע קאמפיוטער וואס האט געקענט פראדוצירן קאליר ווען מען האט עס איינגעשטעקט אין סיי וועלכע טעלעוויזיע סקרין. ווי אויך האט עס סופארטעד גראפיקס און סאונד.
זשאבס איז געווען אויסער זיך פון דעם עפל 2, דאס איז שוין נישט קיין שפיל צו מאכן אפאר דאלער אין די זייט, מיט זיין ראפינירטע ביזנעס בליק האט ער האט פאראויס געזען אז דאס קען ברענגען א רעוואלוציע אין די אינדוסטריע, בעסער געזאגט, שאפן א נייע אינדוסטריע, די אינדוסטריע פון פערסאנעל קאמפיוטערס.
סטיוו איז שוין יעצט קלוגער געווען -ער האט שוין געקריגן זיין לעקציע ביי די קאמפיוטער שאו מיט עפל 1- ער האט פארשטאנען אז כדי דאס צו עררייכן איז נישט גענוג צו האבן די בעסטע פראדוקט, נאר מען מוז אנהייבן גרויס, מיט א שטורעם, נישט מיט א פירמע וואס איז הויפטקווארטירט אין א גאראזש .
ובכן האט דער אינגער זשאבס אנגעהויבן צו זוכען אינוועסטירער, ער האט ארומגעקלעטערט צו גרויסע באקאנטע אינוועסטירער אין סיליקאן וואלי, עטליכע האבן אים געוויזן די טיר, א באבערדעלטע איגענטליכער מיט חלומות צו טוישן די וועלט האט נישט אויסגעקוקט – פאר די עלטערע מיליאנערן- ווי א פארזיכערט פלאץ צו אינוועסטירן. דאן וואלענטיין –איינער פון די גרעסטע אינוועסטירער אין סיליקאן וואלי- האט געגעבן איין בליק אויף דעם אינגן זשאבס מיט זייע לאנע אומאויסגעקעמטע האר אין דיך באקלאגט דערנאך “צו וואס האסטו מיר געשיקט א דעזערטירער פון די מענטשליכע ראסע?”
צו זיין מזל האט ער אנגעטראפן א יונגן מיליאנער מיטן נאמען מייק מארקולע. מארקולע איז געווען פון בארוף א קאמפיוטער אינשזעניר, אבער ער האט באגליקט מיט סטאק אפציעס פון אינטעל ווען ער האט דארט געארבעט אלץ מארקעטינג מענעזשער. מארקולע האט רעטייערד אלץ מיליאנער זייענדיג בלויז 32 יאר.
מארקולע איז געווען 34 יאר ווען ער האט זיך געטראפן מיט זשאבס אין וואזניעק. זשאבס האט אים איבערגעצייגט אין די געוואלדיגע פאטענציעל פון די מעק 2, און אין די עתיד פון פערסאנעל קאמפיוטערס בכלליות. מארקולע איז געווארן איבערגערעדט און א פייערליכער גלויביגער אין עפל. ער האט דאן פאראויסגעזאגט “מיר וועלן זיין א פורטשען 500 פירמע ביז צוויי יאר, דאס איז די אנפאנג פון א אינדוסטרי, עס פאסירט בלויז איינמאל אין א יאר צענדליג”.
מארקולע -וואס האט פארמאגט ביזנעס ערפארונג- האט אויסגעשטעלט א ביזנעס פלאן און אינוועסטירט $250,000 אין עפל, און אויסטויש איז ער געווארן א דריטל שותף אין די פירמע. און עפל’ס דריטע ארבעטער.
מארקולע איז באשטאנען אז עפל זאל אדווערטייזן די נייע קאמפיוטער. זשאבס האב געארבעט מיט א ארטיסט אויף נייע לאגא. יענער האט דעזיינט דעם “ביס” אין די עפל כדי מען זאל זיך נישט טועה זיין מיט א אנדערע פרוכט. ער האט געוויזן עטליכע ווערסיעס פאר זשאבס, וואס איז געווען גאנץ צופרידן פון דעם ריכטונג, אבער עווענטועל האט זשאבס צוגעלייגט די רעגן בויגן קאלירן כדי צו מאכן עס אויסזען מער פריינטליך און צו רעפרעזענטירן אז די עפל קאמפיוטער סופארט קאלירן (א גרויסע אויפטו אין יענע צייט).
די פארעם פון די לאגא איז געבליבן אין באנוץ ביזן היינטיגן טאג. די רעגן בויגן קאלירן זענען געבליבן ביז יארע ’98 ווען עס איז געווארן צוריק איין קאליר. די קאלירן בייטן זיך לייכט און ווערן איידעלער אין מער מאדערניזירט דורכאויס די יארן, אין 2001 איז עס געווען בלוי – וואסעריג, אין 03′ איז עס געווארן מער ליכטיג גרוי – זילבער, היינט צוטאגס איז עס אפט גאנץ טונקעל – שפיגעלדיג.
אויך האט זיך עפל דאן אריבערגעצויגן צו א אפיס געביידע אין קופערטינא, קאליפארניע. עד היום איז עפל הויפקווארטירט אין קופערטינא.
די פובליקום האט די ערשטע מאל געזען דעם עפל 2 ביי די וועסט קאוסט קאמפיוטער שאו אין סאן פראנסיסקא אין אפריל ’77. עס איז בלויז געווען א פראטאטייפ, אבער עס האט זייער גוט אויסגענומען, זיי האבן דארט באקומען דריי הונדערט באשטעלונגען פאר די עפל 2, מער ווי דאפעלט פון אלע עפל 1′ס וואס זיי האבן פארקויפט.
דער עפל 2 איז געקומען מיט א אריינגעבויעטע קיבאורד און גרייט צו נוצן, אנדערש ווי אנדערע קאמפיוטערס אין יענע צייט וואס מען האט געדארפט צוזאמשטעלן פון עטליכע חלקים. און עס האט נאך אויסגעפעלט ארבעט צו זיין גרייט פאר באנוץ.
דער חשובער ליינער האט זיך שוין מן הסתם עטליכע מאל אליין באמערקט דורכאויס דעם ארטיקל, אז נישט בלויז חכמה און טאלאנט האט גורם געווען צו די סוקסעס פון זשאבס און עפל בכלליות. קיין שום זאך העלפט נישט אן אביסל השגחה פרטיות, און עס איז זייער בולט אויף טריט און שריט ביי יעדעם איינעם אין פערזענליכן לעבן, ווען מען לייגט נאר צו אביסל מחשבה. א באשיינפערליכער ביישפיל איז די פאלגענדע פאקט.
דער עפל 2 האט טאקע געהאט פיל אייגענע מעלות, אבער דער עיקר סיבה פון איר געוואלדיגע הצלחה איז געווען עפעס אויף וואס עפל האט נישט געארבעט דערויף און אפילו נישט גערעכנט דערויף, אבער קוקענדיג צוריק זעט מען ווי דאס איז געווען די גרעסטע איינצעלנע גורם צו די סוקסעס פון די עפל 2, און דאס איז געווען א פראגראם מיטן נאמען “וויזי-קאלק”.
וויזי-קאלק איז געווען די ערשטע “ספרעד שיט” פראגראם (מייקראסאפט עקסעל איז א מאדערנע ספרעד שיט פראגראם), און איז ערצייגט געווארן דורך א זעלבסשטענדיגע פירמע אין יענע צייט וואס די עפל 2 איז ארויסגעקומען. וויזי-קאלק איז געווען א רעוואלוציע פאר זיך, מיליאנען אקאונטענטס, בוך האלטערס און סתם פריוואטע מענטשן האב געשטוינט ווי אזוי דער קאמפיוטער קען פאר זיי האלטן און צוזאמרעכענען קאמפליצירטע חשבונות וואס וואלט געדויערט וואכן צו טון מיט די האנט. וויזי-קאלק האט כמעט אויף די אייגענע האנט באשאפן א ביזנעס מארקעט פאר די עפל 2. די פשוטע מאסן האבן די ערשטע מאל אין די היסטאריע געהאט א סיבה צו ניצן א קאמפיוטער. צו עפל’ס גרויס מזל, האט וויזי-קאלק געארבעט -אין די ערשטע יארן- בלויז אויפן עפל 2!
דער עפל 2 האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א געוואלדיגע סוקסעס, בלויז אין די ערשטע יאר –’77- האט עס שוין געהאט סעילס אין די ווערט פון צוויי מיליאן דאלער! אין ’79 האבן סעילס געגרייכט צו 47 מיליאן, זשאבס איז געווארן א מיליאנער נאך בלויז צוויי יאר פון ווען עפל האט זיך געעפענט. אין ’83 איז שוין די פירמע געווען אויף די פארטשון 500 ליסטע, קיין שום אנדערע פירמע האט נישט באוויזן אנצוקומען דערצו אין אזא קורצע צייט.
די אינזשענירן אין קופערטינא האבן אנגעהויבן צו פלאנירן די קומענדיגע שריט. אין ’80 האט עפל ארויסגעגעבן די עפל 3, וואזניעק האט נישט געהאלטן דערפון און נישט געארבעט דערויף, די עפל 3 האט געליטן פון פארשידענע טעכנישע פראבלעמען און מען האט עס עטליכע מאל געדארפט צוריקרופען,עפל האט באוויזן צום סוף צו פאררעכטן אלע פראבלעמען, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט, עס האט באקומען א שלעכטע נאמען און מענטשן האבן עס מער נישט געוואלט קויפן. די עפל 3 איז געווען א דורכפאל.
פארזעצונג קומט אי”ה
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 1
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 2
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 3
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 4
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 5
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 6
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 7
- קוויבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: וואס איז ניי אין 2010 1#
- קוויקבוקס: וואס איז ניי אין 2010 2#
- טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן
- ווינדאוס פאון 7
- ווינדאוס פאון 7 #2
- א בליק אויף Nudgemail
- א בליק אויף Find Big Mail
- קיבאורד שארטקאטס – א
- קיבארד שארטקאטס
- א בליק אויף קלאוד קאנעקט
- קליפ באורד מענעזשער
- דער מעק קאמפיוטער - 1
- סטיוו זשאבס - 1
- סטיוו זשאבס - 2 (This post)
- סטיוו זשאבס - 3