פארווארט
אין די לעצטע פאר יאר זענען אנטשטאנען דראסטישע ענדערונגען אינעם וועלט פון ביזנעס און אינפארמאציע. פילע געשעפטן וועלכע פלעגן געפירט ווערן בלויז דורך קאטאלאגן, זענען אינגאנצן אדער האלבוועגס אריבערגעגאנגען צו א digital פארמאט. רוב צייטונגען דרוקן שוין היינט פיל ווייניגער עקזעמפלארן ווי אמאל, אינעם פאסט אפיס גייען היינט אדורך פיל ווייניגער בריוון ווי אמאל צוליב דעם אויפשטייג פון אימעיל, און גאר ווייניג מענטשן באצאלן היינט דעם קרעדיט קארד ביל אדער מארטגעדזש מיט א טשעק.
א באזונדערע טראנספארמאציע איז אריבערגעגאנגען די פעלד פון מארקעטינג. אמאליגע צייטן (נישט אזוי לאנג צוריק…), ווען א גרויסע קאמפאני האט געוואלט פארקויפן א געוויסן פראדוקט, האט מען אריינגעלייגט צענדליגער אדווערטייזמענטס אין די מידיא, אריינגערעכנט ראדיא, צייטונגען, מאגאזינען, ווי אויך אויף באסעס און באס-שעלטערס וכדומה.
אבער ווען האט איר דאס לעצטע מאל געזען א פיזישע געדרוקטע אדווערטייזמענט פון מייקראסאפט? אדער פון עמעזאן? ווען מייקראסאפט קומט ארויס מיט א נייעם פראגראם אדער א פרישע ווערסיע פון ווינדאוס, וועט איר זעהן אפשר איינס אדער צוויי אדווערטייזמענטס אין די קאמפיוטער און טעכנעלאגיע מאגאזינען, און מער נישט.
איי וועט איר פרעגן, וויאזוי ווייסן מענטשן אז מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן א נייע פראגראם?
דער ענטפער: אנליין מארקעטינג!
אין די צייט וואס אין 00′ זענען געווען 44.1 פראצענט אמעריקאנער מיט צוטריט צום אינטערנעט, האט דאס אין פארגאנגענעם יאר 10′ געהאלטן ביי 77.3 פראצענט! פארשטייט זיך אליין אז יעדע גרויסע קאמפאני האלט אן אויג אויף די סטאטיסטיקס מדי חודש בחדשו, און זעענדיג אז דער עולם הייבט אן מער און מער זיך צו באנוצן מיט’ן אינטערנעט, האט יעדער אנגעהויבן צו אדווערטייזן זיין פראדוקט אדער סערוויס אויפ’ן אינטערנעט.
אלס רעזולטאט איז “אנליין מארקעטינג” געוואקסן גאר שנעל במשך די לעצטע פאר יאר, און היינט צו טאגס ליגט דארט דער צוקונפט פון קויפן און פארקויפן.
קלוגע מענטשן האבן זיך מיט אפאר יאר צוריק שוין אנגעשלאסן אינעם גאלאפ פון אנליין קאמערץ, פארקויפנדיג זאכן אויפ’ן אינטערנעט דורך פארשידענע וועגן.
ביי היימישע אידן איז דאס אבער נישט צו שטארק אויפגעכאפט געווארן- אויסער דעם פאקט אז ווייניג היימישע אידן האבן צוטריט צום אינטערנעט אינדערהיים – צוליב פארשידענע סיבות, אריינגערעכנט צוליב דעם מאנגל אין אינפארמאציע וואס ס’פעלט זיך אויס צו קענען עפענען און אנפירן אן אנליין ביזנעס.
אבער היינט-צו-טאגס איז שוין דא דער באגריף פון “affiliate marketing”, וואס צו דעם דארף מען נישט האבן צופיל קענטעניסן, נאר מ’דארף האבן אביסל געדולד, ענערגיע, אנטשלאסנקייט, און אפאר דאלאר און שעה’ן צו אינוועסטירן.
אין די קומענדיגע וואכן וועלן מיר אייך באקענען פון דער נאנט מיט אלע דעטאלן פון אנליין מארקעטינג און אפיליעיט מארקעטינג, כדי אז אויב איר באשליסט אריינצוגיין אין דעם “ליין” זאלט איר האבן אביסל מער אינפארמאציע דערוועגן.
א. וואס איז “אינטערנעט מארקעטינג”?
אלס אן אינטערנעט מארקעטער וואס טוט אין דעם פעלד שוין עטליכע יאר, האט מיך שטארק געשטערט דער פאקט אז ס’הערשט א גרויסער מאנגל פון אינפארמאציע צו העלפן זיך לערנען איבער מארקעטינג. אוודאי, עס זענען דא אסאך “טולס” וויאזוי צו ארבעטן מיט “קיווארדס” און “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן”, אבער למעשה איז נישטא גענוג אינפארמאציע איבער דעם ווארט “מארקעטינג” פון אינטערנעט מארקעטינג. וואס מיינט מארקעטינג? וויאזוי טוט מען מארקעטינג? ועוד ועוד.
און ס’מוז נישט זיין דוקא “אינטערנעט מארקעטינג”. איר האט שוין מעגליך געהערט דעם אויסדרוק “אפיליעיט מארקעטינג” אדער “נעטווארק מארקעטינג”, און מענטשן וואס פרובירן אייך צו פארקויפן די זעלבע זאך מיט אן אנדערן נאמען, וועלן פרובירן אייך צו איבערצייגן ווי סוקסעספול זיי זענען אין דעם פעלד. אבער וויאזוי צו טון דעם “מארקעטינג” חלק דערפון און וויאזוי דאס ארבעט, וועלן זיי ווארשיינליך אייך נישט דערציילן.
אין די קומענדיגע וואכן וועלן מיר אייך העלפן צו קענען בעסער פארשטיין די יסודות פון מארקעטינג בכלליות, כדי איר זאלט פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט און וואו איר קומט אריין אינעם בילד.
*
מיר וועלן אנפאנגען מיט א פשוט’ע זאך: וואס איז דער אפטייטש פונעם ווארט “מארקעטינג”?
אויב זענט איר נאך ניי צו דעם באגריף, האט איר ווארשיינליך געהערט דעם ווארט מארקעטינג אין צוזאמענהאנג מיט “סעילס”. אדער גאר טוט איר פארבינדן דעם ווארט מיט די נערווירנדע טעלעמארקעטערס וואס רופן צו אייך אהיים אינמיטן נאכטמאל און פרובירן אייך צו פארקויפן עפעס א נייע אייטעם אדער א גוטע סערוויסעס וכדומה.
די סיבה פארוואס “סעילס” און “מארקעטינג” ווערן אסאך מאל געזאגט אינאיינעם, איז וויבאלד זיי זענען צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. איר האנדלט מיט מענטשן וואס איר ווילט באקומען געלט פון זיי. פארשטייט זיך אז זיי וועלן אייך נישט געבן דאס געלט מרצונם הטוב, נאר איר דארפט זיי איבערצייגן און אויפווייזן אז די פראדוקט/סערוויס וואס איר פארקויפט איז ווערד דאס געלט וואס איר פארלאנגט פון אים.
אין אנדערע ווערטער: “סעילס” איז די פאקטישע פארקויף און דאס איבערצייגן יענעם אז ער זאל קויפן. מארקעטינג מאכט בלויז גרינגער דעם סעיל.
וויאזוי? שטעלט אייך פאר אז דער מארקעטער איז ווי א מיטל-מענטש. די ארבעט פונעם מארקעטער איז צו נעמען מענטשנ’ס פראבלעמען און טרעפן א לעזונג דערצו, ד.ה. אז דער מארקעטער איז דער וואס פארקויפט לעזונגען צו פראבלעמען. די שווערע חלק איז, “צו טרעפן דעם מענטש וואס האט דעם פראבלעם”!
אויב איר וועט זיך באטראכט ווי א מיטל-מענטש וואס פארקויפט לעזונגען צו פראבלעמען, וועט איר זיין אינעם ריכטיגן מצב צו קענען ווערן א סוקסעספולער אינטערנעט מארקעטער.
קומענדיגע וואך וועלן מיר צוזאמשטעלן “מארקעטינג” מיט “אינטערנעט”, און ערקלערן וויאזוי די צוויי זאכן ארבעטן אינאיינעם.
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- וואס איז "אינטערנעט קאמערץ"? (This post)