א בליק אויף די חרד’ישע טעלעפאן אינדוסטריע
ש.פ.
א שיינע טייל, אויב נישט רוב, פונעם היימישן ניו יארקער אידנטום באנוצט זיך מיט די אזוי גערופענע “ביליגע טעלעפאן פלענס”, אינדערהיים און אויך אין ביזנעס.
די שיין שרייעדיגע אוודערטייזמענטס פראקלאמירן אז פאר נישט מער ווי 28.95 פלאס טעקס (א סך הכל פון 40 דאלער א חודש), קענט איר האבן אונלימיטעד טעלעפאן סערוויס, אין די פאראייניגטע שטאטן און אין קאנאדע, מיט די 3 אפציעס פון קאלער איידי, קאל וועיטינג, קאל פארווערדינג.
היות דאס איז געווארן א גאנצע אינדוסטריע ביים היימישן עולם ערלויב איך זיך דאס אויסצושמועסן דורך די שפאלטענעס פון די בעל בית, איבערהויפט ווען בדידי הוה עובדא, נאכ’ן דורכגיין מיטן מיין טעלעפאן פירמע פארשידנס, האב איך זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה, און רעדנדיג מיט פארשידענע מענטשן האט זיך מיר ארויסגעשטעלט א בילד וואס מוז אדרעסירט ווערן.
איך מוז מקדים זיין אז הרשות ניתנה פאר ווער עס ווייסט אנדערש ווי מיר עס ארויפצוברענגען דא אויפן בעל בית פלאטפארמע, איך בין סך הכל א פריוואטע שרייבער.
אלזא עס איז וויכטיג צו וויסן, די סערוויסעס וואס איר באקומט זענען פון א כלי שני, די כלי ראשון איז ווערייזאן, אלע טעלעפאן ווייערס אין ניו יארק גייען דורך ווערייזאן, און דאס מינדעסטע פראבלעם גייען זיי צו ווערייזאן, און ווערייזאן שיקט אראפ זייערס א טעכניקער עס צו קומען פאררעכטן.
די חסרון איז שטארק בולט, ווען איר רופט אן ווערייזאן ביי סיי וועלכע פראבלעם וועלן זיי אייך זאגן “להד”ם” מיר קענען דיך נישט, מיר ווייסן נישט ווער דו ביסט. און יעדע שאלה צום טעכניקער מוז זיין געוואנדן דירעקט צו אייער פריוואטע פירמע, און די שאלות אהין און צוריק וועלן אייך דערמאנען ווי די אמאליגע “טעלעגראם” צייטן, ווען יעדע ענטפער האט געמוזט דורכגיין שווערע “טלטולי דאורחא”. אייער פירמע וועט פרעגן ווערייזאן, און זיי וועלן אייך צוריקרופן מיט די ענטפער, דאן וועלן זיי נאכמאל אנרופן ווערייזאן מיט אייער פרישע פראגע, א.א.וו.
א גאר שטארקע תוצאה דערפון איז אז די קליינע טעלעפאן פירמעס וועלן נישט האבן קיין געדולד און קיין כח זיך צו ספראווען מיט קלענערע פראבלעמען. אלץ ביישפיל וועלן אייך צענדליגע קענען אנווייזן וואס זיי זענען אדורך מיטן “סוויטשען” זייער אלטע טעלעפאן נומער צו זייער נייע דירה נאכ’ן מופן.
א וואך איידער איך האב געפלאנט צו מופן, האב איך אנגערופן מיין קליינע פירמע און זיי איינגעמאלדן אז איך וויל זיך אריבערציען קומענדיגע וואך צו א נייע דירה, און איך וויל מיין נומער זאל ווערן אהין געטרענספערט.
זיי האבן מיך געלאזט וויסן אז מיין יעצטיגע טעלעפאן נומער “קען נישט” ארבעטן אויף יענעם גאס, עס איז פשוט נישט מעגליך… עס האט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות אז מיין חבר האט יא מצליח געווען אריבערצופירן אזא נומער וואס הייבט זיך אן מיט די זעלבע 3 נומערן צו זיין נייע דירה אויף יענעם גאס. זיי האבן מיר יא פארגעשלאגן צו עפענען א נייע ליין אין יענעם דירה, צולייגענדיג: “די גוטע נייעס איז אז עס וועט זיין גענצליך בחינם, וועסט נישט דארפן צאלן באזונדער פארן עפענען די ליין”.
א גוטע חבר וואס האט זיך שוין שטארק אויסגעקענט מיט די ענינים האט מיר רעקאמענדירט אריבערצוטוישן מיין סערוויס צו ווערייזאן דירעקט וואס ביי זיי וועט עס גיין איינס צוויי, איך בין אבער געווען סקעפטיש, און אנגערופן מיין פירמע צו מעלדן וואס איך פלאן צו טון, והם באחד: א שאד דיין טירחא, ווערייזאן גייט דיך אויך נישט קענען העלפן, דער טעלפאן נומער “גייט נישט” ארבעטן אויף יענעם גאס.
צום סוף האב איך יא אריבערגעסוויטשט צו ווערייזאן, און אינעם טאג וואס איך האב געמופט 12:00 אזייגער, כחצות היום, האט זיך מיין היים נומער אריבערגעצויגן צוזאמען מיט מיר צו מיין נייע אפארטמענט…
די חסרון מיט ווערייזאן זעלבסט קען מען נישט פארהוילן, נעמליך זייערע פלענער זענען היפש טייערער. איך האב דעריבער צוריקגעטוישט מיין נומער צו אן אנדערע פון די סארט פירמעס א וואך נאכן זיך אריבערציען אין מיין נייע דירה. ווערייזאן האט מיר נאר געשיקט איין ביל פאר דעם שפיל, און איך וואלט זיי גערן באצאלט, אבער איך האב שוין פארלוירן יענעם ביל, און נאך איינס איז נישט אנגעקומען…
ביקש לישב בשלוה, קפצה עליו רוגזו של האריקעין איירין…
המשך יבא
א בליק אויף די חרד’ישע טעלעפאן אינדוסטריע
10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/12/א-בליק-אויף-די-חרדישע-טעלעפאן-אינדוסטר/ קאפיע אין ארכיוו
ענדליך שרייבט איינער איבער דעם, דער עולם זיצט שטיל און מען טוט גארנישט איבער די מאסיווע גניבות
איך בין שוין געווען ביי פריוואטע טעל. פירמעס און ביי ווערייזאן עטליכע מאל הין און צ’ריק, איך מוז אייך זאגן אז ס’רוב פון די קלענערע קאמפאניס שטייגן איבער ווערייזאן מיט כמעט אלעס, אנגעהויבן פון פרייזן וואס ווערייזאן איז פיל טייערער ווי די אלע, און געענדיגט ביי סערוויס, נעמליך, סיי די שנעלקייט עס צו קומען פארריכטן, און אויך די איבערגעגבנקייט און קאסטומער סערוויס איז ביי די קלענערע פיל אנגענעמער און בעסער ווי ביים גרויסן “בער” ווערייזאן.
איין זאך איז ריכטיג, דאס “מופן פראצעדור” גייט שנעלער און מער געשמירט דורך ווערייזאן, נאך מיין ערשטע עקפיריענס מיט א קיינע קאמפאני האב איך דאס אנדערע מאל געסוויטשט צו ווערייזאן אפאר וואכן פאר’ן מופן, און צוריק געטוישט עטליכע וואכן נאכ’ן מופן
א גרויסער סוד וואס דער עולם ווייסט נישט, אז ווערייזאן איז טאקע “בעל הבית” אויף די גרויסע דראטן וואס לויפן איבער אונזערע קעפ און היימען, אבער עס איז דא א בעל הבית איבער ווערייזאן וואס רופט זיך FCC,
און זיי ציטערן אימת מוות פון דעם בעל הבית.. דעריבער מוזן זיי זיך צושטעלן ווי טאטעלעך צו די קליענטן פון די קליינע קאמפעטישענדלעך..
האלד איט רייט טהעיר, מר. בארבער
שנעלער ביים פאררעכטן? וואס? עס קוקט מיר אויס ווי איר ארבעט פאר איינע פון די קאמפעטשינדלעך, ווי דו רופסט זיי.
גראדע בין איך א צופרידענע קאסטומער ביי עקסטשעינדזש, אבער איך קען נישט צופיל רעדן ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געמופט און קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען.
אבער יא, איך האב שוין אסאך געהערט אז איינמאל מען האט פראבלעמען ביי זיי טאפט מען א דופן… אבער דערווייל זעה איך נישט פארוואס איך זאל טוישן, ווען איך וועל האבן פראבלעמען וועל איך טוישן.
איך ליין מיט אינטערסעס דעם ארטיקל, און איך וועל זעהן וועלכע פרט עס וועט מיר נוגע זיין
And i have a bsns in wsbg using Exchange Telecome, almost 2 months without phone service! Im drained out! I tried everything!
I am using Xchange Telecom for years already, at home and office, including phone service; DSL and a voip fax line delivered to my email inbox.
I did many changes in the services in the 6-7 years I am with them and never had bad experience with costumer service, including move the DSL from 1 line to another; wiring problems and much more.
And no! I am not working for them at all, just a proud costumer.
P.S. my agent is “Select Tel”
אי”ה גיי איך מופן דעם סוף וואך
יעצט האב איך ווערייזען
DSL אין PHONE
האב איך גערופען ווערייזען אז איך גיי מופען זאגען זיי מיר אז איך קען האבען מיין פאון און דריי וואכען
משא”כ OPTIMUM
קען איך עס האבען די וואך
optimum
רופט מיך יעצט אז ווערייזען גייט נישט ריליסען מיין# פאר דונסטאג
מזל טוב