וואס איז אפיליעיט מארקעטינג?

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: מקץ תשע"ב · בעל-בית נומער: 54 · דאטום: 2011-12
http://www.balboos.com/content/2011/12/וואס-איז-אפיליעיט-מארקעטינג/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וואס איז אפיליעיט מארקעטינג?

אינעם פריערדיגן ארטיקל האב איך אייך קלארער ערקלערט דעם באדייט פון דאס ווארט “מארקעטינג”. איך האב גערעדט פון “סופליי” און “דעמענד”, און וויאזוי מ’דארף האבן “ביידע אינגרידיענטס” צו קענען מאכן געלט. איך האב אייך דאן אראפגעלייגט א פראבלעם וואס איר האט מעגליך, אז איר האט געטראפן א גרופע מענטשן וואס האבן דעם “דעמענד” פאר א געוויסע זאך, אבער איר האט נישט די וויסנשאפט וויאזוי צוצושטעלן דעם “סופליי” וואס זיי דארפן.
די גוטע נייעס איז, אז ס’איז דא ווער ס’זאל צושטעלן די סופליי דערפאר, פריער אדער שפעטער. ס’איז גרינג פאר א מענטש צו זיצן אויף איין פלאץ און זיך אפרעדן א גאנצן טאג אויפ’ן פראבלעם וואס ער האט, און ס’איז אסאך שווערער אויפצוקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם. אויב אבער דער פראבלעם איז גענוג ערנסט, וועלן מענטשן אנהייבן צו טראכטן און זיך ברעכן קאפ און עווענטועל אויפקומען מיט א לעזונג.
אויב די מענטשן זענען קלוג און זיי זעען איין אז זייער לעזונג קען עווענטועל ברענגען פארדינסטן, קענען זיי דאס פארשלאגן פאר אנדערע מענטשן וואס האבן דעם זעלבן פראבלעם. אויב דער פראבלעם איז א ברייט-פארשפרייטער, קען דער מענטשן טרעפן טויזנטער אדער צענדליגער טויזנטער מענטשן איבער די וועלט פאר וועמען צו פארקויפן זיין אויפטרעף.
דאס איז נישט קיין שלעכטע פלאן, אבער יעדער ווייסט דאך אז “צייט איז געלט”. איר קענט מאכן די זעלבע געלט דורכ’ן אריינלייגן בלויז האלב פון די ארבעט. וויאזוי? דורכ’ן צושטעלן די אינפארמאציע פאר אפיליעיט מארקעטערס!
די אפיליעיט מארקעטערס וועלן זיין אייערע שליחים וואס וועלן פארקויפן די אינפארמאציע פאר אייך, אויב זענט איר מסכים אים צו געבן א חלק פון די רווחים. דער אפיליעיט מארקעטער וועט זיין דער מיטל-מענטש צווישן אייך און די קליענטן וואס זענען אינטערעסירט אין אייער אויפטרעף.
נעמט אין אכט אז די ארגינעלע אפטייטש פון “מארקעטינג” איז געבליבן די זעלבע אפילו ביי אפיליעיט מארקעטינג; ס’זענען נאך אלץ דא מענטשן וואס “דארפן” אינפארמאציע און ס’איז נאך אלץ דא מענטשן וואס “האבן” אינפארמאציע. איר זענט דער וואס שטעלט צו די אינפארמאציע, און הגם עס באלאנגט נישט צו אייך, קענט איר פארמיטלען צווישן די צוויי מענטשן דורכ’ן ווערן אן אפיליעיט מארקעטער.
וואס איז די מעלה פון אפיליעיט מארקעטינג? אז איר קענט שוין היינט אנהייבן. איר דארפט נישט האבן קיין אייגענע פראדוקט (וואס דויערט וואכן אדער חדשים צוצושטעלן). איר דארפט אפילו נישט האבן קיין אייגענע וועבסייט. איר דארפט בלויז איין זאך, א מח וואס פארשטייט דעם מארקעטינג קאנצעפט. איר דארפט קענען אידענטיפיצירן א שטארקן דעמענד און קענען צושטעלן די אינפארמאציע אדער פראדוקט וואס יענער זוכט.
מיר שטעלן זיך פאר אז איר האט שוין מסתמא זיך געכאפט, אז אפילו אויב איר זענט אן אפיליעיט מארקעטער, זענט איר דאך נישט דער איינציגסטער, איר זענט נישט קיין בן יחיד אויפ’ן גאנצן אינטערנעט.
אין די קומענדיגע לעקציע וועלן מיר אייך ארומרעדן איבער קאנקורענץ אין אינטערנעט מארקעטינג.

כ״ה כסלו תשע״ב at 10:02 pm#2
וואס איז אפיליעיט מארקעטינג?

is there things that himisha people can sell? as well how do we know for whom we are selling for and do we find out supply and demanded? many thanks nuchim

כ״ה כסלו תשע״ב at 10:04 pm#3
וואס איז אפיליעיט מארקעטינג?

Nuchim I have lots of questions if i can really do this as a REAL Business do you provide Privet coaching? if yes please email me at MierGross12gmail.com

כ״ה כסלו תשע״ב at 10:17 pm#4
וואס איז אפיליעיט מארקעטינג?

thanks Ben
you can sell everything online
if they offer an affiliate program
doesnt need to be something special for the heimisha market
there are lots of tools and software’s that can help you out with it
will cover it later in greater details

כ״ה כסלו תשע״ב at 10:19 pm#5
וואס איז אפיליעיט מארקעטינג?

Reb Meir
Yiddishgelt.com
will be offering very soon a step by step training with all the details how to make this for a real business
sign up on the site to get update when it will be ready

כ״ה כסלו תשע״ב at 10:48 pm#6
וואס איז אפיליעיט מארקעטינג?

יישר כח פאר אנהאלטן די העכסט אינטרעסאנטע סעריע.