עי עס עם אקאונט סערוויסעס – 1

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס פראפיל · דורך: יוחנן שיף · וואך: מקץ תשע"ב · בעל-בית נומער: 54 · דאטום: 2011-12
http://www.balboos.com/content/2011/12/עי-עס-עם-אקאונט-סערוויסעס-1/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
עי עס עם אקאונט סערוויסעס – 1

יוחנן שיף: א גוטן ר’ אברהם שמואל, די שאלה וואס פרעגט זיך פון זיך אליין ווען מען זעט די שיין קלינגעדיגע מאטא פון אייער פירמע, “we upgrade your finacial books” איז, וואס מיינט דאס? וואס הייסט דאס אז מען אפגרעיד די פיינענשאל ביכער? איך בין זיכער אז עס איז נישט סתם א הוילע פראז…
א. ש. מאשקאוויטש: אוודאי נישט, עס מיינט גאנץ איינפאך, מיר שטעלן צו א סערוויס וואס ערמעגליכט א ביזנעס צו זען קלאר זייער פינאנציעלע בילד דורך די ביכער.

י.ש.: איך פארשטיי נישט, איז דאס נישט די ארבעט פון אן אקאונטענט? אדער א בוק-קיפער?
א.ש.מ.: דער תירוץ איז אביסל קאמפליצירט, איך האלט אז עס הערשט א שטיקל חסרון ידיעה אין די נושא, איך וואלט ווען געוואלט אביסל מרחיב זיין את הדיבור אויב איך מעג…
י.ש.: אדרבא, מיר (און אונזערע ליינער) זענען גרייט צו הערן.
א.ש.מ.: איך וועל עס קאטעגאריזירן אין דריי פראפעסיעס, אלע דריי (דארפן) שפילן א ראלע אין יעדע ביזנעס, און זיי זענען אלע וויכטיג, מען ברויך זיי אלע האבן, קיין איינס איז נישט במקום די צווייטע.
1) בוק-קיפער. ער טוט די טעכנישע ארבעט פון רעקארדירן אלע טראנזאקציעס אין די ביכער. און זיינע קענטעניסן דארפן זיין באזירט צו קענען הארכן און זיך צושטעלן צו א סיסטעם, זיין מיט א מסודר’דיגע פארנעם, זיין באהאווענט אינעם סיסטעם וויאזוי מען פירט אויס די פאקטישע רעקארדירינג.
א בוק-קיפער איז געווענליך א אנגעשטעלטער אין די ביזנעס און טראגט טאקע די נאמען.
2) טעקס פיילער. ער סערווירט זיין קליענט מיטן פיילן און קעיר נעמען פון די אלע טעקס געברויכן אז עס זאל קאסטן דער ווייניגסטע טעקס, געבן ראט פארן ביזנעס וויאזוי צו מאנעווירן אז ער זאל אויסקומען מיט די מערסטע טעקס עדווענטעזש, ענטפערן אויף טעקס-קאראספאנדאנץ בריוון א.ד.ג. ווי אויך צומאל כאפן א בליק אין די ביכער צו זען צו עס לויפט אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן וויאזוי צו צאלן דאס ווייניגסטע.
די ארבעט ווערט געווענליך געטון דורך א אקאונטענט.
3) אקאונטענט. ער סערווירט דער עצם געברויך פארן ביזנעס צו צושטעלן קלארע נומערן פונעם פינאנציעלן בילד. דער אקאונטענט שטעלט אויס וויאזוי דער בוקקיפינג סיסטעם זאל זיין דעזיינט כדי אז מען זאל קענען צום ענדע ארויסנעמען קלארע און געשמאקע רעפארטס. ער געט ראט פארן בוק-קיפער וויאזוי צו רעקארדירן כדי עס זאל קלאפן מיטן ענד-ציל-רעפארט-סיסטעם. דער אקאונטענט איז אחראי אז די ביכער זאלן האבן “אלע נומערן” און אז עס זאל זיין “גוט רעקארדירט” דעריבער דארף אן אקאונטענט אליינס “איבערקוקן” די ביכער אדורך און אדורך זען צו “אלעס” איז רעקארדירט און צו עס איז “גוט” רעקארדירט.

י.ש.: איך פארשטיי פון אייערע ווערטער אז איר זענט נומער דריי? אין אנדערע ווערטער זאגט איר אז איר זענט גאר די ריכטיגע אקאונטענט? הייסט די וועלט לעבט אין א טעות?
א.ש.מ.: דער אמת איז אזוי, בשנים קדמוניות, נאך פאר דער טעקס סיסטעם איז געווען אזוי קאמפליצירט מיט אומצאליגע טעקסעס, טעקס קאודס, טעקס דעדאקשענס, פלעגט טאקע דער “אקאונטענט” טון סיי נומער 2 און סיי נומער 3, דאס מיינט ער האט פארזיכערט די קראנטקייט פון די ביכער און מען האט געמאכט רעפארטס פאר די ביזנעס און דאס ביסעלע פאר די גאווערמענט.
אבער היינט צו טאגס פארלאנגט דער טעקס סיסטעם א קאמפלעטע אנדערע צוגאנג ווי דאס וואס דער ביזנעס מענדזשעמענט דארף, דער אקאונטענט ליגט קאפ און מוח 24 שעה וויאזוי צו ארומדרייען אז מען זאל זיין גוט מיט די טעקסעס, אבער האט נישט דער מעגליכקייט צו צושטעלן דער חלק צום ביזנעס-געברויך – בכלל ליגט ער לגמרי נישט אין דער פעלד.
דעריבער שטעלט זיך ארויס די ביטערע פאקט אז אסאך ביזנעסער זעען קיינמאל נישט קיין היימישע נומבער פאר די אויגן, נאר די טעקס ריטורן ענדע יאר, אבער קיין שום קלארע נומבער פון זיין פינאנציעלע מצב, אפילו ער וויל לעבן צומאל אין אילוזיעס אז זיין ביזנעס האט אן אקאונטענט ווייל ער צאלט דאך געלט צום טעקס פיילער, אבער דער רעזולטאטן פון ביזנעס אקאונטינג זעט ער ליידער קיינמאל. דאס ווייסן זייער גוט אסאך ביזנעסער וואס פלאגן זיך ארויסצוקומען מיט “איין גראדע נומבער”.
צום באדויערן, אדורכדעם האבן זיי נישט די בענעפיטן פון זען קלארע רעפארטס, און שטייען אויס צו שטארקע ריזיקעס פון צוקונפטע שאדענס אדער צוזאמענבראכן.

י.ש.: אנשולדיגט פארן איבערהאקן, אבער איך מיין נאך אלץ אז עס איז דא אזא באגריף ווי א אקאונטענט וואס טוט נומער 2 און נומער דריי, און עס איז אפילו דא וואס טוען אויך נומער 1.
א.ש.מ.: אוודאי, איך וועל נישט לייקענען דעם פאקט אז עס איז דא אקאונטענטס וואס “קענען” אלעס, און מן הסתם קען מען טרעפן אזעלכע וואס טוען אלע חלקים.
מיט מיין עקספיריענס פון דורכאויס די יארן האב איך אבער געזען אז ביי רוב ביזנעסער וואס איך בין אריינגעקומען האט געהערשט א צומישעניש, כאטש זיי האבן אלע געהאט א “געהעריגע” אקאונטענט, וואס האט קעיר גענומען פון די ביכער און די טעקסעס.

י.ש.: אויב אזוי, איז דען נישט בעסער צו בעטן דעם אקאונטענט וואס מען נוצט שוין יעצט צו טון דעם חלק אויך? אין אנדערע ווערטער, די אלע זאכן זענען דאך חלקים פון איין פראפעסיע, איז נישט בעסער צו האבן איין מענטש וואס טוט די גאנצע זאך, ווי איידער אריינברענגן נאך א מענטש?
א.ש.מ.: איר פרעגט גאר גרינטליך, אבער די תירוץ איז גאנץ פשוט. יעדע מענטש ספעציאליזירט זיך אין זיין פעלד, עקספערטיז קומט דורך אסאך עקספיריענס און א ספעציפישע נושא. מיר ספעציאליזירן זיך און דעם דריטן חלק, עס איז א תוצאה פון אסאך עקספיריענס און גרינטעווען בלויז אין די נושא. לעומת זה, א געווענליכע אקאונטענט ספעציאליזירט זיך, און זיין גאנצע מהלך איז אויסגעשטעלט ווי אזוי צו באהאנדלען די בעסטע די טעקס חלק פון אקאונטינג.

י.ש.: אין אנדערע ווערטער זאגט איר, אז עס לוינט צו נעמען אויף יעדע זאך א עקספערט אין די ספעציפישע זאך. איך מוז מודה זיין אז מיט דעם ארגומענט האט איר מיר געכאפט, איך האב שוין אליין מיטגעהאלטן, כמה פעמים, בעיקר אין די לעגאלע פעלד, ווי מען קען זיך פלאגן א לאנגע צייט מיט איין עקספערט, און דערביי פארשווענדן צייט און געלט, און צום סוף שטעלט זיך ארויס אז ווען מען נעמט איינעם וואס ספעציאליזירט זיך ספעציפיש אין די נושא, איז עס ממש ווי עס וואלט זיך אנטפלעקט א נייע וועלט, מיט א נייע פערספעקטיוו און געווענליך איז עס נאך פיל ביליגער אויך.
א.ש.מ.: אקוראט אזוי, ווען מען נעמט איינעם וואס געבט זיך בעיקר אפ מיט טעקסעס, דארף ער ברעכן ווענט, ער גייט אויף א פארקערטע מהלך ווי ער איז געוואוינט, עס וועט קאסטן פיל מער און מען באקומט פיל ווייניגער. לעומת זה, מיר הייבן נישט אן צו שוויצן ווען עס קומט דערצו, מיר האבן שוין ספעציעל אויסגעארבעט פארשידענע פארמולאס און מהלכים און אלעס גייט בעזהי”ת זייער לייכט און געשמירט.
המשך קומט אי”ה

כ״ג כסלו תשע״ב at 1:47 pm#2
עי עס עם אקאונט סערוויסעס – 1

No contact info?

כ״ג כסלו תשע״ב at 3:15 pm#3
עי עס עם אקאונט סערוויסעס – 1

שלום מיינע טייערע פריינד!
מיינע קאנטאקט אינפאו איז ביים אנפאנג פונעם אינטערויא!
Phone 877-276-7020 Email asm@accountsservices.net
Any Question please ask here or ask@accountsservices.net
הצלחה!

כ״ג כסלו תשע״ב at 3:33 pm#4
עי עס עם אקאונט סערוויסעס – 1

פירנדיג א אפיס קוקט מיר עס אויס זייער אינטערסאנטע אינפארמאציע,מעגליך איך וועל עס נאך נוצן, לאמיר ווארטן אויפן פארזעצונג.

י׳ טבת תשע״ב at 2:36 am#5
עי עס עם אקאונט סערוויסעס – 1

Abraham,

you explained it very good, most people are very confused with these parts, what is a bookkeeper, what is a accountant, and what is a bookkeeper advisor

י׳ טבת תשע״ב at 10:35 am#6
עי עס עם אקאונט סערוויסעס – 1

….and as a result are missing those important positions in their business.
They assume that hiring a secretary for data-entry means a complete security to accurate financial information.

י״ג טבת תשע״ב at 1:32 pm#7
עי עס עם אקאונט סערוויסעס – 1

דאס איז טאקע א געפערליכע מחלה אין אונזער געמיינדע, און מען וואלט דאס געברויכט אויסשמועסן לענגער. אפילו א פשוט’ער בוק-קיפער, וואס לייגט אריין טרענזעקשאנס א גאנצן טאג, און קען אפילו זעהן רעפארטס, איז נאך נישט גענוג צו קענען מאכן דעסישאנס. מען דארף נעמען אן עדווייסאר פון צייט צו צייט.

איך האף אז מען וועט נאך מרחיב דיבור זיין דערוועגן