א ווארט פון רעדאקציע טישל

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: מקץ תשע"ב · בעל-בית נומער: 54 · דאטום: 2011-12
http://www.balboos.com/content/2011/12/א-ווארט-פון-רעדאקציע-טישל/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
א ווארט פון רעדאקציע טישל

מיר דערמאנען נאכאמאל איבער דעם וואס מיר האבן באקומען פון די וועב חבר פירמע צוויי אויסגעצאלטע יערליכע סובסקריפציעס צו זייער הויפט סערוויס און פילטערינג. א ווערט פון איבער 70 דאלער יעדעס איינע.
אלע אויסגעצאלטע מעמבערס וועלן אויטאמאטיש אריינגיין אין די גורל.
די גורל וועט פארקומען זאת חנוכה.
אויב איר זענט נאכנישט קיין מעמבער און איר פלאנט צו ווערן, איז יעצט די ריכטיגע צייט כדי אריינצוכאפן א טשאנס צו זיין איינס פון די צוויי געווינער.
צו ווערן א מעמבער, און פאר מער פרטים, ביטע קליקט די פאלגענדע לינק

http://www.balboos.com/content/membership

אויב איר האט סיי וועלכע שאלות איבער מעמבערשיפ, פילט אייך פריי צו פרעגן דורך די אימעיל אדרעס
mail @ balboos.com
*
צו זען אלע הנחות פאר מעמבערס קליקט דא

http://www.balboos.com/content/מעמבער-ספעשלס

*
ווי איר זעט אוודאי, האבן מיר בעזהי”ת אנגעהויבן מיט א נייע קאלום “ביזנעס פראפיל”, ווי מיר בליקן אריין אין היימישע ביזנעסער און אונטערנעמונגען. אין די פארעם פון א אינטערוויו מיטן אייגענטומער, און צומאל ווי א באשרייבונג.
די צילן זענען צוויי פאכיג, איינס, צו געבן די געלעגנהייט פאר אונזערע ליינער צו זען און הערן און עפעס נאשן פון די ערפארונג פון אנדערע היימישע מוצלח’דיגע ביזנעסלייט.
צווייטענס, מיר ווילן געבן די געלעגנהייט פאר היימישע ביזנעסלייט זיך פארצושטעלן פארן ציבור, אראפלייגן וואס זיי קענען צוגעבן אדער ארויסהעלפן דעם עולם, אזוי ווי דוד המלך ע”ה האט שוין ג’עצה’ט, לכו והתפרנסו זה מזה.
אויב זענט איר אינטערעסירט פארצושטעלן אייער ביזנעס אין די בעל בית פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל.
*
ווי באריכטעט אין א באזונדערע מודעה די וואך, וועט די בעל בית פון היינט ביז זאת חנוכה הבעל”ט שניידן די פרייזן פון סיי וועלכע אדווערטייזמענט אויף האלב! לאזט נישט ארויס די זעלטענע געלעגענהייט.
*
די קומענדיגע וואך – חנוכה וועט די בעל בית נישט ערשיינען.
*
מיר וואונטשען א לעכטיגע און פרייליכע יום טוב חנוכה פאר אונזערע מעמבערס, ליינער , אדווערטייזער און גאנץ כלל ישראל.

מיט כבוד
די רעדאקציע