איר קענט ווערן דער בעסטער בעל הבית מיט זעקס שריט!
איז וואס זענען די זעקס סודות וואס קענען אייך מאכן זיין א גאר געלונגענער ביזנעס אנפירער?
גייט אן
א היימישער סי.אי.או. וואס איז ב”ה גאר מצליח האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט צו מיר: “ווען איך האב זיך אריינגעלייגט אין דעם פעלד, האב איך געוויסט אז עס וועט נישט זיין גרינג. איך האב איינגעזעהן אז איך בין א קליינער גאלד-פיש אין א ים פון שארקס. דאס וואס האט מיך געהאלטן איז געווען א קליינער זאך- איך בין אלס ווייטער אנגעגאנגען, זיך געשטופט.”
באהאלט אייער פחד און זארג
א מענטש וואס ליידט אויף פחד זארגט זיך אלעמאל וואס גייט פאר אונטער זיין רוקן. אין אזא צייט, מאכט ער שנעלע החלטות אן אריינטראכטן. אויב ליידט איר אויף דעם, כאטש ווייזט עס נישט ארויס! שטופט אייך ווייטער.
שעפערישקייט
זייט אלעמאל אין דעם טראכטן רוח. עס זענען דא אזויפיל געלעגנהייטן, זאכן וואס איר קענט טוהן. קומט אויף מיט מארקעטינג געדאנקען וואס וועלן דערפרישן אייערע הכנסות.
פינאנציעלע חכמה
פארשטייט ווען עס לוינט זיך צו אויסגעבן, און ווען נישט. חשבונ’ט אויס אייערע הוצאות אז איר זאלט ניצן אייער געלט אין די קלוגסטע וועגן.
אויסלערנען
אין דעם געביט, קענט איר שיינען. געבט איבער סעמינארן פאר אייערע איינגעשטעלטע אז אייער פלאם זאל זיך איבערכאפן.
פירערשאפט
זייט א פירער. נישט א שטרענגער פירער, נאר איינער וואס פירט מיט קלוגשאפט און גוטהארציגקייט. לייגט אריין א טעם אין דעם טאג אז אייערע ארבעטער זאלן הנאה האבן צו קומען צו די ארבעט טאג איין טאג אויס.