דעת בעל בית

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: מקץ תשע"ב · בעל-בית נומער: 54 · דאטום: 2011-12
http://www.balboos.com/content/2011/12/דעת-בעל-בית-38/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

וויילד קארדס, פיינד און ריפלעיס א פארמאט, אין ווארד
בנוגע וואס איינער האט געפרעגט פארגאנגענע וואך ווי אזוי צו מאכן וויילד קארדס אין ווארד. בייגעלייגט איז א פי די עף פייל וואס איך האב ארויסגענומען פון די העלפ פייל פון ווארד 2003 .

http://balboos.com/tem/files/findANDreplace.pdf

איך געדענק נישט וועגן באלד נאר אסאך מענשטן מאכן ביי ווארד פאר א באלד למשל אן ” אדער וואס זיי קענען אריינלייגן ביי די וויילד קארדס (“*”) ביי די אויבערשטן באקס און סיי דעם אונטערשטן זאלן זיי נאר פארמאטן די פאנט אויף באלד וואס אגב קען מען דאס אויך אנשטעלן דורכן דריקן CTRL+B אדער אונטן ביי FORMAT (ווי מען קען אויך אנשטעלן די פאנט טייפ אדער סייז) אדער זיי זאלן דאס לאזן ליידיג און מאכן ריפלעיס אלל.
מען קען אריינלייגן וואסערע קאוד מען וויל נאר מען זאל מאכן א ( וואס מיינט פון… און נאכדער לייגן דעם קאוד, דערנאך זאל מען מאכן א * וואס באדייט די טעקסט און דערנאך די צווייטע זייט קאוד (מען דארף מאככן פון ביידע זיייטן דעם קאוד) און נאכדעם זאל מען מאכן א ) וואס מיינט ביז דא……
למשל די קאוד צו מאכן אלע איינגערינגעלטע () אביסל קלענער ווי די אנדערע טעקס איז די קאוד [(]*[)] און אינטן טוישט מען אויף די פאנט סייז קלענער.
הצלחה וברכה

ק.פ.

*
וויילד קארדס איז בעיקר פאר די טעקסט גופא, פאר פארמאט קען מען נוצן שארטקאטס ווי קאנטראל B און קאנטראל I א.א.וו.
אדער קען מען פשוט גיין צו MORE און דערנאך צו FORMAT (זע בילד) און סעלעקטן סיי וועלכע פארמאט מען וויל, דאס הייסט קענסט למשל סעלעקטן צו טרעפן “באלד” און עס ריפלעיסן מיט “אייטעליקס” אדער א געוויסע פאנט סייז אדער קאליר.
מאך זיכער אז ווען דו ווילסט סעלעקטן וואס צו טרעפן, זאלסטו קודם קליקן אין די FIND פעלד, און די זעלבע ביי ריפלעיס, דעמאלס וועט אלעס וואס מען סעלעקט דערנאך ביי MORE < FORMAT ארויפגיין אויף דעם.

יוחנן שיף


רעדן אן אויסנוצן די מינוטן אויף אנדרואיד

א גוטע עפפ וואס איך נוץ, איז “net talk” ,עס איז wi-fi/3g calling בחינם אויך צו לענדליינס און נישט נעט-טולק יוזערס.
יא, צוויי חסרונות ואלו הן: לימעטעד צו א האלבע שעה אויף אמאל ד.ה. נאך 1/2 שעה דארפט איר נאכאמאל קאלן. און נאך א חסרון אז די קוואליטי פון די קול איז שוואך.
אויך פראבירט אויף וויי-פיי. עכ”פ פאר קול מבשר איז עס זיכער גוט נישט צו אויסנוצען די מינוטן.
*
איך האב שוין פרובירט נעט טאלק, די קוואליטי איז אזוי שוואך אז איך פארשטיי נישט פארוואס מען זאגט אז עס איז א גוטע עפפ.
מען קען נישט קאלן קיין פרעמדע מענטש דערמיט, אוודאי נישט פאר א ביזנעס קאלל.
די טעקנאלעזשי איז פשוט נאכנישט געהעריג מסודר, אזוי איז עס מיט די באצאלטע וואויס עפס אויך, און עס איז נישט די בענדוויטה, ווייפיי איז נישט משנה צופיל.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=258

מאשין צו ציילן געלט
נעכטן זאגט מיר אינגערמאן וואס האט געקויפט א מאשין צו ציילן געלט פאר צוויי יאר צוריק אז די עף בי איי איז אנגעקומען צו אים און אפיס טשעקן פארוואס ער דארף עס און נעמען די סיריעל נאמבער פון די מאשין
זיי זאגן אז היות די דראג דילערס ניצן עס אסאך גייען זיי עס נאך.
איינמאל זיי קומען אן אויף א וויזיט, קוקן זיי אריין אביסל טיפער אין בילד.
א זאך וואס ס’איז זייער זייער נישט איינגענעם, ווייל דער כלל לויטעט “אז מ’זוכט טרעפט מען”.
*
מען דארף נישט אזוי מורא האבן פון די אייגענע שאטן, מען נעמט זיי אריין, מען איז זיי מכבד מיט א גלאז טיי, מען ווייזט די מאשין און מען האט וואס צו פארציילן פאר די קינדערליך ביי נאכטמאל.
די עף.בי איי. איז נישט די איי.אר.עס.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=285


פרייוועסי און יוזער אקאונטס אין ווינדאוס

פראגע: קען מען אנשטעלן אז איין יוזער זאל נישט קענען עפענען די דאקומענטן פון א צווייטע יוזער?
איז דא א אפשען צו זען ווען מען האט אריינגעלאגט און מיין קאמפיוטער ?
פערענטעל קאנטראל ארבייט נישט ביי א אדמיניסטרעטאר נאר ביי א אנדערע יוזער.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=265

___________________________________

רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע  שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען  עטליכע לינקס.
מצב הפרנסה ביים היימישן עולם: זענען די פרויען שולדיג? די באגרעניצטע פרנסה אפציעס? איבעריגע ספענדינג? שטאטישע פראגראמען הייבן פרייזן?
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=35&page=13
מען זוכט: א פראגראם/סערוויס צו האלטן  חשבון אויף זאכן וואס דארפן ערלעדיגט ווערן

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=273

סעלפאון הילף: פאון ווייברעיט מער נישט
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=258&page=2