סטיוו זשאבס – 5

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: וישב תשע"ב · בעל-בית נומער: 53 · דאטום: 2011-12
http://www.balboos.com/content/2011/12/סטיוו-זשאבס-5/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סטיוו זשאבס – 5

המשך – די מעק
ווען זשאבס איז צוריקגעקומען פון דעם באזוך אין פ.א.ר.ק. איז איין זאך קלאר געווען, אז די נייע מעקניטאש קאמפיוטער וועט פארמאגן א “גראפיקל יוזער אינטערפעיס”, אין אנדערע ווערטער, זשאבס האט נישט געהאט קיין פראבלעם פשוט און פראסט צו קאפירן די איינפאל פון די זעראקס אינזשענירן און נוצן אין די מעקניטאש.
עס וואלט נישט געווען אזוי געפערליך ווען דאס וואלט געווען זיין שטעלונג אין יעדענספאל, נעמליך, אז עס איז נישט קיין חסרון צו קאפירן יענעמס איינפאלן, למעשה איז אבער זשאבס געווען דער וואס האט אלץ ביטערליך קריטיקירט מייקראסאפט און אנדערע אז זיי בא’גנב’נען אים זיינע איינפאלן. מיר וועלן נאך שפעטער זיך אומקערן מער באריכות צו דעם.
*
אין יענע צייט האט עפל געארבעט בעיקר אויף צוויי אנדערע פראדוקטן, די עפל 2 איז געווען דער הויפט פרדוקט וואס איז גוט געגאנגן און אריינגעברענגט פראפיטן. אויסער דעם האט מען זיך קענצעטרירט אויף א קאמפיוטער מיט די קאוד נאמען “ליסא” וואס האט געזאלט זיין א טייערע פראדוקט געצילט פאר ביזנעסער.
עס איז אויך געווען א קליינע גרופע וואס האט געארבעט אויף די מעק אלץ א ריסערטש פראזשעקט, די מעק האט געדארפט צו זיין אזוי פארגעשריטן ווי די “ליסא” אבער מיט די צוגענגליכע פרייז פון די עפל 2. אזוי ארום איז די מעקניטאש געווארן באטראכט אלץ קאנקורענץ סיי צו די עפל 2 גרופע און סיי צו די ליסא גרופע.
זשאבס האט פערזענליך געפירט די גרופע וואס האט געארבעט אויף די מעק, די מעקניטאש איז אים געווען נאנט צום הארצן און עס איז אים געגאנגן אין לעבן אז עס זאל זיין א סוקסעס, ווייל ער האט עס באטראכט ווי זיין אייגענע פראדוקט (כאטש סטיוו האט בפועל נישט געשריבן קיין איין שורה פון קאוד), נישט ווי די עפל צוויי וואס וואזניעק האט אליין צוזאמגעשטעלט. אויך האט ער געוואלט “ווייזן” פאר די פירערשאפט פון עפל, וואס האט אים אין יענע צייט אביסל דערווייטערט פון די כלליות’דיגע מענעזשמענט פון עפל, צוליב זיין ווילדע און קינדערישע טעמפראמענט (ער איז דאן געווען אין די מיטעלע צוואנציגער יארן).

איינס פון די זאכן אויף וואס זשאבס האט געלייגט א גרויסע דגוש ביי די מעקניטאש, איז אייגענטליך געווען א אפשפיגעלונג פון זיין כאראקטער, און איז געווארן איינס פון די עיקר יסודות מיט וואס דער מעק -און עפל- צייכענען זיך אויס, איז געווען זיין שטארקע נייגונג אז קיינער זאל נישט קענען פאטשקענען מיט זיינע זאכן. זשאבס איז געווען א קאנטראלירער בטבע, ער האט אלעס געדארפט קאנטראלירן, און די געדאנק אז מען זאל זיינע פראדוקטן טוישן און אנדערש מאכן האט אים קראנק געמאכט.
אין אמת’ן איז איינס פון די גרויסע הצלחות פון דעם מעק 2 געווען אז עס האט געהאט א זייער אפענע אינפראסטרוקטור, וואזניעק האט אריינגעבויט אכט “עקספענשאן סלאטס” צו וואס מען האט געקענט באהעפטן פארשידענע זאכן, פון דיסק דרייווס ביז ווידעאו קארטלעך, עס האט געגעבן א געלעגנהייט פאר מענטשן צו נוצן דעם עפל 2 אסאך ווייטער פון וואס מען האט פון אנפאנג גע’חלום’ט, דאס האט געשאפן א גאנצע מארקעט פון הונדערטער מכשירים וואס מען האט געקענט באהעפטן צו דעם עפל 2. פארשטייט זיך אז דאס איז געווען בלויז א מעלה פאר עפל, פון יעדע לאגישע שטאנדפונקט, מענטשן האבן הנאה געהאט פון די פרייהייט, און עס האט אויטאמאטיש געברענגט מער סעילס פאר די מעק 2.
יעדער האט הנאה געהאט דערפון א חוץ איין מענטש, סטיוו זשאבס! עס איז געווען די סאמע היפוך פון זיין מהות צו לאזן מענטשן טון וואס זיי ווילן מיט זיינע פראדוקטן, “אונז האב מיר מער נישט קיין קאנטראל, און קוק וואספארע משוגענע זאכן מענטשן לייגן ארויף אויף די עפל 2” האט ער געביטערט “ איך וועל מער קיינמאל אזאנס נישט צולאזן” האט ער צוגעזאגט. ביי די עפל 2 האט ער נישט געהאט קיין גרויסע ברירות, ווייל וואזניעק האט עס געבויט, אבער ביי די מעקניטאש האט ער געטון ככל העולה על רוחו, נישט נאר האט ער נישט צוגעלאזט קיין עקספענשאן סלאטס אויך די מעק, נאר ער האט געלאזט דעזיינען ספעציעלע שרויפן פאר די מעק אז קיינער זאל עס נישט קענען אפילו עפענען, נאר עפל ארבייטער.
נאך א פרינציפ וואס זשאבס האט געהאט, און איז מן הסתם געווען א תולדה פון זיין וועלן קאנטראלירן אלעס, איז געווען די שטארקע גלייבונג אז די סאפטוועיר מיט די הארדוועיר דארפען זיין ספעציעל געמאכט איינס פאר די צווייטע, נאר אזוי קען מען האבן א פולע קאנטראל אויף די קוואליטעט פונעם פראדוקט, אלץ רעזולטאט האט ער געמאכט זיכער אז די מעק זאל זיך באנוצען מיט ספעציעלע סאפטוועיר געאייגענט בלויז פאר די מעק, די תוצאה איז געווען אז די סאפטוועיר פון דעם מעק האט נישט געארבעט אפילו מיט עפלס אייגענע אנדערע פראדוקטן, די עפל 2 און די ליסא.
אין אמת’ן איז דאס א ברייטערע פיליזאפישע סוגיא, וואס איז שייך ביי יעדע אספעקט פון לעבן, ווען מען ברייטערט זיך אויס, מוז מען אוועקקוקען אויף איכות – וואס איז אפט מאל נאר מעגליך אנצוהאלטן אויף א ענגערע פארנעם, אבער געווענליך צאלט זיך עס אויס דורך די ערווארבענע כמות.
ביי אונזער פאל, פון סאפטווער וואס איז געמאכט ספעציעל פאר די הארדוועיר, הגם עס ליגט דערין עפעס אמת אין געוויסע פעלער, איז עס בלי ספק א נארישקייט, ווייל די מעלות פון זיין “קאמפעטיבעל” מיט אנדערע וועגט איבער די ביסל בענעפיטן וואס מען קען דערגרייכן מיטן גיין אליין. דאס איז אבער געווען זיין שיטה און מיט דעם איז ער געגאנגן, מאנכע מאל, גלייך אין וואנט אריין…
פארזעצונג קומט אי”ה

ט״ז כסלו תשע״ב at 5:52 pm#2
סטיוו זשאבס – 5

הערליכע ארטיקל, איך הייב אן צו פארשטיין די גאנצע עפל פילאסאפי.
זיי ממשיך! סופער סופער זשאב

כ׳ כסלו תשע״ב at 9:58 am#3
סטיוו זשאבס – 5

זייער שיין. אבער פארוואס שרייבסטו די גאנצע צייט “מעקניטאש”. די טעות הדפוס מאכט מיר נערוועז. עס איז “מעקינטאש” (די י’ בעפאר דעם נ’). ביטע פאררעכט מהיום והלאה.