אינעם פריערדיגן ארטיקל האבן מיר גערעדט איבער “סוירטש ענדזשינס” און וויאזוי דאס שטעלט צו פאר אינטערנעט מארקעטערס אומשאצבארע אינפארמאציע איבער די פראבלעמען וואס די מענטשן זוכן לעזונגען דערפאר. אויף דעם האט איר ווארשיינליך געווארן, ווייל אין דעם לעקציע וועלן מיר ערקלערן וויאזוי איר קענט פאקטיש קאפיטאליזירן אויף די אינפארמאציע און פארדינען אפאר דאלאר דערפון.
אבער בעפאר מיר גייען ווייטער, וויל איך אייך געגעבן א בעסערע אפטייטש אויפ’ן ווארט “מארקעטינג”. דאס וואס מיר האבן אייך ערקלערט אינעם פריערדיגן ארטיקל אז דער מארקעטער איז דער “מיטל-מענטש” צווישן דעם וואס האט א פראבלעם און דעם וואס האט א לעזונג, איז בלויז געווען אייך צו העלפן איר זאלט בעסער פארשטיין וואו איר קומט אריין אין בילד. אויב האט איר שוין אביסל שטודירט דעם נושא פון סעילס און מארקעטינג, ווייסט איר מסתמא אז מארקעטינג האט צוויי וויכטיגע אינגרידיענטס, וואס אויב איז נישטא ביידע אינגרידיענטס קענט איר נישט מאכן קיין געלט.
ערשטע אינגרידיענט: א פארלאנג – ס’דארף זיין א מענטש אדער מענטשן וואס זענען אינטערעסירט אין א געוויסע פראדוקט אדער סערוויס.
צווייטע אינגרידיענט: סופליי – ס’דארף זיין עפעס וואס איר קענט צושטעלן נאכצוקומען יענעמ’ס פארלאנג.
און דאס איז אלעס!
איינע פון די גרעסטע מעלות פון זיין אויף די אינטערנעט, איז אז די סופליי איז ממש אומבאגרעניצט. אסאך מענטשן האבן אויפגעבויעט ריזיגע ביזנעסער דורכ’ן פארקויפן “אינפארמעישאן” אנליין, וואס אינפארמעישאן איז דאך א זאך וואס איז נישט באגרעניצט (איר קענט צושטעלן וויפיל סידיס וכדומה ס’פארלאנגט זיך), אויסער אויב דער בעה”ב וויל דאס באגרעניצן.
לאמיר אלזא זיך צוריקקערן צום ביישפיל וואס מיר האבן געשריבן אינעם פריערדיגן ארטיקל. מיר האבן גערעדט פון א מענטש וואס האט געזוכט אויף די אינטערנעט “וויאזוי צו פארלירן וואג דורך מאכן עקסערסייז”. אויב האט איר די ספעציפישע אינפארמאציע וואס יענער זוכט, איז דאס זייער ווערדפול פאר יענעם, און ער איז גרייט צו צאלן דערפאר די פרייז וואס ס’איז ווערד.
למעשה שטעלט זיך ארויס אז ס’איז דא ביידע אינגרידיענטס, ס’איז דא ווער ס’דארף די אינפארמאציע, און ס’איז דא ווער ס’האט די אינפארמאציע – דאס זענט איר אליין. אויב אזוי, וואס האלט אייך אפ פון פארקויפן אייער אינפארמאציע פאר דעם וואס דארף עס?
דער ענטפער איז, אז ווען מ’קומט אן צו דעם שטאפל, באקומט מען קאלטע פיס, אדער גיבט מען אויף. מענטשן ווייסן נישט וויאזוי צו עפענען א וועבסייט, אדער ווייסן זיי נישט צו וועמען צו רעדן און וועמען צו פרעגן פארשידענע שאלות וואס זיי האבן.
אין אנדערע ווערטער, זיי לאזן איבער דאס געלט, ווייל זיי האבן נישט די געדולד צו גיין ווייטער מיט’ן ביזנעס פלאן.
ווידער איז דא מענטשן וואס האבן אן אנדערן סארט פראבלעם. זיי ווייסן וויאזוי צו טון די טעכנאלאגישע חלק דערפון, זיי קענען אויפשטעלן א וועבסייט, זיי קענען בויען “שאפינג קארטס”, און זיי ווייסן וואס מ’דארף טון אז דער וועבסייט זאל קענען געעפנט ווערן. אבער, זיי האבן נישט די אינפארמאציע צו פארקויפן!
דא קומט אריין אין בילד איין חלק פון אינטערנעט מארקעטינג וואס מיר האבן דערמאנט אינעם ערשטן ארטיקל, וואס רופט זיך “אפיליעיט מארקעטינג”. מער דערוועגן לייענט אינעם קומענדיגן ארטיקל.
וויאזוי צו מאכן געלט דורך אינטערנעט מארקעטינג
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: וישב תשע"ב · בעל-בית נומער: 53 · דאטום: 2011-12
http://www.balboos.com/content/2011/12/וויאזוי-צו-מאכן-געלט-דורך-אינטערנעט-מא/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/12/וויאזוי-צו-מאכן-געלט-דורך-אינטערנעט-מא/ קאפיע אין ארכיוו