איבער די חיוב פון בעלי בתים כלפי די מיידלעך וואס ארבעטן ביי זיי
לכבוד די חשוב’ע אויסגאבע בעל-בית ביטע אפדרוקען דעם בריוו.
איך טוה מיר ווענדן צו די חשוב’ע בעלי בתים פון אפיסעס און היימישע ביזנעסער הי”ו .
אסאך איז שוין געשריבן געווארן וועגן די מיידלעך וואס ארבעטן אין אפיסעס, און פיל מער איז שוין געשריבן געווארן וועגן די אינטערנעט, עס איז אבער א מציאות אז רוב מיידלעך גייען ארבעטן און אן אפיס, און אן די אינטערנעט איז היינט כמעט שוין נישטא א אפיס, און מען קען זיך שוין ליידער נישט באגיין אן דעם.
צום אלעם ערשט פון ביזנעס שטאנדפונקט דארף מען וויסן אז אינטערנעט ציעט אריין גאר אסאך צייט, סיי מיטן גיין שאפינג, און סיי מיטן זיך שרייבן מיט כל’ערלי מענטשן, און די טייערע צייט וואס איר צאלט פאר די מיידלעך צו ארבעטן פאר אייער געשעפט, ווערט פארשווענדט פאר אט די זאכן, איז פון ביזנעס שטאנדפונקט איז זיכער געראטען אז די אינטערנעט זאל זיין פארשלאסן. און דאס מיינט אויסדרוקליך נישט זשעי נעט, נאר א ווייט ליסט דהיינו אז מען קען אינגאנצען נישט ארויף גיין אויף א וועב זייט נאר אויב עס איז ממש פאר די ביזנעס. און אזוי איז איינגעפירט און גאר אסאך ביזנעסער, און להבדיל אויך ביי גואישע ביזנעסער.
צווייטנס והוא העיקר ווייס איך פערזענליך אז גאר אסאך מיידלעך זענען אויפגעסיינט אויף גרעסערע וועב סייטס, וואו מיידלעך פון אלע סארטן און שיכטען סיינען זיך ארויף אויף דעם און דורך דעם ווערט מען פארבינדן מיט אלע ערליי עלעמענטן און מיידלעך מיט וועמען מען וואלט קיינמאל מיט זיי אין ווארט נישט געקומען, מיידלעך פון אנדערע פלעצער וואס האבן גאר שוואכע השגות און גאר שוואכע השקפות וד”ל, כאטש ס’רוב מענטשן געבן זיך אן אלס פרום און היימיש איז עס ליידער נישט אזוי, און די פארדארבענע זיכן צו פארדארבען אנדערע, די יונגע מיידלעך וואס זענען נארוואס ארויס פון מיידל שולע כאפן נישט די שעדליכקייט דערפון און מיינען אז עס איז נאר אזעלכע פלוידערייען און נישט מער, אבער תוצאותיו מי ישורנה. אויך ווערט דארטן דיסקאסירט אלע נושאים אן קיין שום השגחה וואס קיינער וואלט נישט געוואלט אז זיין טאכטער זאל הערן און וויסן, (אויך קען מען נישט וויסן וועלכע נאך עלמענטן דרייען זיך אויף יענע וועבסייטס אונטער פאלשע נעמען וד”ל.)
בעלי בתים, זאלן וויסן אז די עתיד פון אינגע אומשולדיגע מיידלעך ליגט אין אייערע הענט, און עטס וועטס נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה, די יונגע מיידלעך פארשטייען נאכנישט די סכנה פון זייערע מעשים, די צוקונפט פון אידישע דורות ליגט אין ענקערע הענט, וויאזוי וועלן די מיידלעך אויפשטעלן אידישע דורות בקדושה וטהרה, ווען זייערע הערצער און מוחות זענען שוין אריינגעטוען אין דעם כלי הטמאה.
די איינציגסטע עצה איז נאר א ווייט ליסט, דהיינו אז אלעס אלעס ווערט געבלאקט, און מען קען נאר עפענען דאס וואס דער בעל הבית האט געעפנט פריער, א יעדע פילטער איז א שוואכע נחמה וואו אויבן דערמאנט ווייל מען קען נאך אלס האבן צוטריט צו אסאך פלעצער וואס א אידישע טאכטער טאר נישט גיין.
עס איז דא אפיסעס וואס אלע קאמפיוטער’ס האט נישט קיין אינטערנעט, נאר איין קאמפיוטער אין די זייט, און אויב מען דארף עפעס קען מען אהין גיין.
אויך דארפן די בעלי בתים קלאר שטעלן פאר די ארבעטערס אז דער אפיס איז געמאכט אויסשליסליך פאר דאס געשעפט, און עס עיז בשום אופן נישט ערלויבט צו טוען סיי וועלכע זאכן וואס האט נישט מיט די ביזנעס, די זעלבע זאך איז אויב א בעל הבית זעהט אז א ארבעטער שפילט זיך ארום אפילו מיט כשר’ע זאכן ווי צב”ש שיקן אימעילס א גאנצן טאג, מיט זשויקס וכדומה, דארף ער קלאר שטעלן אז דאס פלאץ איז נישט פאר דעם געמאכט, און אז מען גנב’עט זיין צייט, און וויסנדיג אז מען קוקט איר נאך, וועט מען זיך צוריקהאלטן דערפון.
צום סוף וויל איך נאכאמאל קלארשטעלן אז איך ווייס אז אסאך וועלן זאגן אז מיינע ארבעטערס טוען נישט אזעלכע זאכן, אבער איך ווייס פערזענליך, אז דאס קומט פאר טאג טעגליך ביי אונז אין די היימישע אפיסעס, און די צייט וואס די בעלי בתים ווייסן נישט וואס עס גייט פאר.
י. שליסל בארא פארק
הילף אין מעדיקל ביללינג טרעינינג
פראגע: כ’וואלט געוואלט האבן אינפארמאציע איבער די סייט http://www.medicalbillingcourse.com/cost.html
אויב ס’איז א גוטער און א טראסטבארער סייט זיך צו לערנען ביללינג, און בעיקר אויב ס’איז תכלית’דיג. ס’הייסט, צו זיי לערנען מיט א גוטן פראקטישער מהלך, אדער שיקן סתם די אינפא אבי יוצא צו זיין….
ווי אויך אויב ווייסט איינער פון א אנדערער קראנטע גוטע סייט, אדער גאר א בעסערער מהלך זיך צו לערנען קאודינג/ביללינג וכל המסתעף איבער אלע ידיעות אין די נושא, ביטע זייט עס דא מפרסם, אדער אין אישי.
יישר כחכם למפרע.
ענטפער: א גרויסן אויסוואל האט איר דא
http://www.worldwidelearn.com/career-training/medical-billing.htm
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=283
וויילד קארדס אין ווארד
פראגע: איז דא איינער וואס האט באקאנטשאפט אין WILD CARDS?
צו ווייסט איינער אפשר וואס איז די קאוד פין BOLD?
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=15
באקומען א מעסעזש ווען מען באקומט א נייע אימעיל
פראגע: איז דא א עקסטענשאן פאר קראום אזויווי וועבמעיל נאטיפייער פאר פייערפאקס?
ענטפער: עס איז דא פונעם זעלבן מחבר פאר קראום, אבער נישט אזוי עדווענסד וווי די פייערפאקס ווערסיע.
עס הייסט X נאטיפייער
https://chrome.google.com/webstore/detail/apebebenniibdlpbookhgelaghfnaonp
*
א עקסטענשאן ארבייטן נאר ווען די בראוזער איז אנגעצינדן. גוגל טאלק ארבייט אבער אייביג אפילו ווען די בראוזער איז אויסגעלאשן.
*
ביי מיר ארבעט די בראוזער סייווי די גאנצע צייט. גוגל טאלק דארף דאך אויך ארבעטן, א שאד צו האבן א איבעריגע פראגראם עסן מעמארי ווען די בראוזער איז במילא אפן.
צווייטענס, גוגל טאלק ארבעט בלויז מיט גימעיל אקאונטס, משא”כ וועב מעיל נאטיפייער ארבעט מיט אלעם.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=282
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
מצב הפרנסה ביים היימישן עולם: די מיטל קלאס פארדינער ליידן די מערסטע
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=35&page=13
גוטע נייעס: פעיזש פלאס גייט צוריק אראפ מיט די פרייזן
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=54&page=2
א דעבאטע: איבער לייף אינשורענס
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=238