מיר זענען צופרידן צו מעלדן איבער א נייע הנחה וואס מיר האבן אויסגעארבעט פאר בעל בית מעמבערס מיט די ABC Check Printing פירמע.
אויסגעצאלטע בעל-בית מעמבערס וועלן קוואליפיצירן פאר א הנחה פון צען פראצענט אויף יעדע ארדער העכער זעכציג דאלאר.
איר וועט באקומען א ספעציעלע קיופאן קאוד וואס איר וועט קענען אריינלייגן בשעת’ן טשעקאוט צו באקומען די הנחה.
אויסגעצאלטע מעמבערס קענען זיך ווענדן דורך אימעיל צו די רעדאקציע באקומען די קיופאן קאוד.
*
מיר דערמאנען נאכאמאל איבער דעם וואס מיר האבן באוויזן צו באקומען פון די וועב חבר פירמע צוויי אויסגעצאלטע יערליכע סובסקריפציעס צו זייער הויפט סערוויס און פילטערינג. א ווערט פון איבער 70 דאלער יעדעס איינע.
אלע אויסגעצאלטע מעמבערס וועלן אויטאמאטיש אריינגיין אין די גורל.
אויב איר זענט נאכנישט קיין מעמבער און איר פלאנט צו ווערן, איז יעצט די ריכטיגע צייט כדיאריינצוכאפן א טשאנס צו זיין איינס פון די צוויי געווינער.
צו ווערן א מעמבער, און פאר מער פרטים, ביטע קליקט די פאלגענדע לינק
http://www.balboos.com/content/membership
אויב איר האט סיי וועלכע שאלות איבער מעמבערשיפ, פילט אייך פריי צו פרעגן דורך די אימעיל אדרעס
mail @ balboos.com
*
צו זען אלע הנחות פאר מעמבערס קליקט דא
http://www.balboos.com/content/מעמבער-ספעשלס
*
ווי איר זעט אוודאי, האבן מיר בעזהי”ת אנגעהויבן מיט א נייע קאלום “ביזנעס פראפיל”, ווי מיר וועלן אריינבליקן אין היימישע ביזנעסער און אונטערנעמונגען. אין די פארעם פון א אינטערוויו מיטן אייגענטומער, און צומאל ווי א באשרייבונג.
די צילן זענען צוויי פאכיג, איינס, צו געבן די געלעגנהייט פאר אונזערע ליינער צו זען און הערן און עפעס נאשן פון די ערפארונג פון אנדערע היימישע מוצלח’דיגע ביזנעסלייט.
צווייטענס, מיר ווילן געבן די געלעגנהייט פאר היימישע ביזנעסלייט זיך פארצושטעלן פארן ציבור, אראפלייגן וואס זיי קענען צוגעבן אדער ארויסהעלפן דעם עולם, אזוי ווי דוד המלך ע”ה האט שוין ג’עצה’ט, לכו והתפרנסו זה מזה.
אויב זענט איר אינטערעסירט פארצושטעלן אייער ביזנעס אין די בעל בית פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל
מיט כבוד
די רעדאקציע