דעת בעל בית

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: וישלח תשע"ב · בעל-בית נומער: 52 · דאטום: 2011-12
http://www.balboos.com/content/2011/12/2979/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

הערה: אויף “ווינדאוס טיפס”, דעת בעל-בית תולדות תשע”ב
אין ווינדאס XP אז מען וויל מאכען א טשעק ביי   Toggle Keys אז ווען מען צינדט אן סיי וועלכע פין די LOCK קנפלעך זאל עס פייפן איז עס אונטערן נושא  Accessibility Options.
(-)
פרייז פער שעה פאר א גראפיק דעזיינער
פראגע: איך האב באשטעלט א גראפיק דעזיינער אויסצושטעלן אויסצושטעלן א בוך אין אינדעזיין, ער ארבעט אינדערהיים (פרילענס) פאר עטליכע חדשים. ער נעמט $40 פער שעה? איז עס נישט צופיל איבערגעצאלט?

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=280

שארטקאטס צו פארמאכן טעבס, דאקומענטס און פראגרעמס
פראגע: איז דא א אפשען צוצומאכן א (בראוזער) טעב דורך א שארט קאט??
ענטפער: Ctrl+W ארבעט אין אלע בראוזערס.
*
אויך ארבעט עס אין אפיס צו פארמאכן דאקומענטס, און אין ווינדאוס עקספלארער פארמאכט עס די אפענע פענסטערל.
*
צוצומאכן פראגרעמס אינגאנצן, איז ALT+F4 דער חילוק איז, למשל אין ווארד, CTRL+W וועט צומאכן בלויז דעם פייל, און נישט דעם גאנצן ווארד פראגראם (און מען קען דרוקן CTRL+N פאר א נייע דאקומענט), משא”כ ALT+F4 פארמאכט דעם פראגראם גענצליך.
אין איין ווארט,
CTRL-W איז CLOSE,
ALT-F4 איז EXIT.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=250

איינשטעקן א עקסטערנעל מאניטאר אין א לעפטאפ
פראגע: איך ניץ אן עקסטערנעל מאניטאר פאר א לעפטאפ, אבל דא עקא אז די לעפטאפ האט נישט קיין לעכער פאר די סקרוס פון די מאניטאר ווייער, במילא קען זיך עס אליין אויסשטעקן פלוצלינג אינמיטן א טיפן תוס’ אדער מהרש”א, חשובע בעלי בתים, צו האט איר אן עצה דערצו?
ענטפער: פרוביר אליין ארויפצוקלעבן אזא קליינע מעגנעט.
*
ווי מעגנעט? די פלאג איז פלעסטיק.
איי אפשר מיינסטו אויף די קאמפיוטער? דארט קען מען נישט ווייל פלאג דארף דאך אריינגיין כל כולו, נישט מקצתו,
אפשר קען מען קויפן אן עקסטענדער?
*
איך ברעך זיך שוין אויך קאפ א לאנגע צייט אויף דעם, כ’מיין וואס איז זייער לאגיק? די ווייער ברויך די שרויפן, נו פארוואס מאכן זיי עס נישט אויף די לעפטאפס? גואישע קעפ…..
דערווייל ארבעט עס אזוי אויך, נאר מען דארף זען אז עס זאל זיך נישט געבן א שאקל. עס איז זייער נערווירענד און אומפארשטענדליך.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=191

הילף מיטן אויסשטעלן א עקסעל שיט
פראגע: איך זוך א אופן צו מאכן אויף עקסעל אז ער זאל אויסרעכענען א געוויסע אמאונט פער יעדע ליידיגע שיעט דאס מיינט אז און יעדע קעסטל זאל ארויסקומען די אמאונט טיימס איין אמונט.
דהיינו: איך האב א שיעט פאר איינעם וואס איך קום געלט פער וואך איז איך לייג אריין די ערשטע קעסטל וויףיל איך קום אים און נאכדעם וויל איך אזעס זאל ארויבקומען יעדע קעסל דאס הייסט פאר יעדע וואך זאל ארויסקומען נאך אמאל די זעלבע אמאונט.
אין אנדערע ווערטער, איך לייג אריין און א עקסעל שיעט למשל A-2 לייג איך אריין א נאמען פון א מענטש וועם איך דארף געבן יעדע וואך געלט און B-2 לייג איך אריין א אמאונט וויפיל איך דארף אים געבן יעצט C-1 און ווייטער אויף 1 לייג איך אריין די וואך ויצא וישלח וישב וכו’ יעצט ווען איך וועל וועלן וויסן און 10 וואכן ארום וויפיל געלט איך קום יענעם דארף איך אויסרעכענען די סך הכל, און דאס וואלט איך געקענט ביישטיין צו טרעפן א אופן אז ער זאל עס אליינס כאפן און ווי אויך א אופן אריינצולייגן אויב איך האב באצאלט.
ענטפער: דא האט איר א עקסעל שיט ווי עס איז פארטיג אויסגעשטעלט

http://balboos.com/forum/attachment.php?aid=50

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=15

=============

רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע  שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען  עטליכע לינקס.
אינוועסטירן אין גאלד: באקומט א פרייע בוך און DVD דערוועגן, וועט גאלד נאך ארויפגיין יעצט?

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=279

אימעיל צו טעקסט: ליסטע פון אימעיל עקסטענשאנס פאר יעדע קעריער

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=281

פילטער גבאי: א פרייע סערוויס פון גארד יור אייס פאר די פרייע K9 פילטער

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=276

א לעפטאפ אדער נעטבוק: האט די נעטבוק טאקע מעלות וואס דער לעפטאפ פארמאגט נישט?

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=259&page=5

 

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. דעת בעל בית
  2. דעת בעל בית
  3. דעת בעל בית
  4. דעת בעל בית
  5. דעת בעל בית
  6. דעת בעל בית
  7. דעת בעל בית
  8. דעת בעל בית
  9. דעת בעל בית
  10. דעת בעל בית
  11. דעת בעל בית
  12. דעת בעל בית
  13. אכטונג נ.י. סיטי איינוואוינער, שווינדלער לאקערן אויף אייך!
  14. דעת בעל בית #18
  15. דעת בעל בית #19
  16. דעת בעל בית 20
  17. דעת בעל הבית
  18. דעת בעל בית
  19. דעת בעל בית
  20. דעת בעל-בית
  21. דעת בעל בית
  22. דעת בעל בית
  23. דעת בעל בית
  24. דעת בעל בית
  25. דעת בעל הבית
  26. דעת בעל הבית
  27. דעת בעל בית
  28. דעת בעל בית
  29. דעת בעל בית
  30. דעת בעל בית
  31. דעת בעל בית
  32. דעת בעל בית
  33. דעת בעל בית
  34. דעת בעל בית
  35. דעת בעל בית
  36. דעת בעל בית
  37. דעת בעל בית
  38. דעת בעל בית
  39. דעת בעל בית
  40. דעת בעל בית
  41. דעת בעל בית
  42. דעת בעל בית
  43. דעת בעל בית
  44. דעת בעל בית (This post)