הערה: אויף “ווינדאוס טיפס”, דעת בעל-בית תולדות תשע”ב
אין ווינדאס XP אז מען וויל מאכען א טשעק ביי Toggle Keys אז ווען מען צינדט אן סיי וועלכע פין די LOCK קנפלעך זאל עס פייפן איז עס אונטערן נושא Accessibility Options.
(-)
אנפאנגן צו לערנען פראגראמינג
פראגע: וועלכע שפראך איז גוט אן צו פאנגען זיך צו לערנען פראגראמינג?
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=187
רעקאמאנדירט מייקראסאפט פאבלישער
נוצט איר מייקראסאפט פאבלישער?
איך האלט אז עס איז ממש א שאד אויף מענטשן וואס מוטשען זיך צו מאכן א שיינע ווארד דאקומענט און ביי פאבלישער גייט די זעלבע זאך 50 מאל שנעלער
למשל: אריינלייגן א פיקטשער און א ווארד דאקומענט פאר ווער עס האט עס שוין פראבירט, איז עס א געפערליכע אפקומעניש ווייל ער קען נישט געהעריג רוקן א פיקטשער נאר אויף א פלאץ ווי די קורזסער איז שוין געווען משא”כ ביי פאבלישער קען מען רוקן א פיקטשער ווי מען וויל ווייל וווי געזאגט ארבייט עס אויף באקססעס און נישט איין גרויסע קלאץ
נאך א מעלה וואס פאבלישער האט אז סי צווויי זייטן פון די פעידזש וואס איז ליידיג קען מען דארט “האלטן” זאכן אויף ביז וויל אנג מען ארבייט דהיינו אז ווען מען האלט אינמיטן ארבייטן און מען האט א טעקסט באקס אדער א פיקטשער וואס שטייט און וועג דארף מען עס נישט אויסמעקן נאר מען לייגט עס און די זייט און מען קען עס צולייגן שפעטער אויב מען וויל, אדער איז עס גיט ווען מען האט א אפשען פון אפאר וועגן וויאזוי צו מאכן עפעס, קען מען אויספראבירן אויף אלע אופנים.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=250
ASAP UTILITIES פאר עקסעל
עס איז דא א “פלאג אין” פאר עקסעל וואס הייסט ASAP UTILITIES וואס גיט צו 300 נייע אפשענס פאר עקסעל עס קוקט אויס הפלא ופלא
איך האב נאכנישט קיין עקספיריענס דערמיט אבער עס קוקט אויס פלאי פלאים
מען דארף סעלעקטן די FREE וווערזשאן עס איז אנגעשטעלט אויף די ווערזשאן פאר געלט (אויסער אויב איינער איז און די גיסטע צו צאלן)
http://www.asap-utilities.com/download-asap-utilities.php
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=15
שפארן ביים איינקויפן
איך בין א מעמבער ביי BJ קלאב, וואו מען קען קויפן זאכן פאר ביליג. עס איז נישט אינטערעסאנט פאר איינעם מיט א קליינע משפחה אדער איינער וואס קויפט נישט צו אפט, ווייל די מעמבערשיפ קאסט $54 א יאר, און עס צאלט זיך נישט אויס. אבער איינער וואס קויפט אפטער, און בפרט אויב האט מען א גרעסערע משפחה, קען מען שפארן פארמעגנס פון געלט. פון פעמפערס ביז זייפן, פון פעיפער גודס ביז גארבעדזש בעגס, אסאך סארטן טעכנאלאגיע ווי צב”ש קאמפיוטערס, קעמערעס, פרינטערס, און בעיקר “טאונערס”, און אנדערע אפיס פראדוקטן פאר שפאט ביליג.
למשל, איך האב געקויפט בעבי שאמפו. איך האב בעפאר דעם געטשעקט פרייזן אין די היימישע גראסעריס. ביי BJ איז עס האלב די פרייז!!!
איך האב געדארפט א נייע ווייערלעס מייזל פארן קאמפיוטער. א מאדעל וועלכע קאסט איבעראל מינימום $30, איז געווען ביי BJ פאר $9.99!!
איך האב געקויפט א טייערע סארט באנדאזש (נישט די דזשאנק געמאכט פון פלאסטיק), אין אלע געשעפטן איז דאס לכה”פ $10. ביי BJ האב איך געטראפן דאס זעלבע פאר $6.99.
טייערע טישוס פון די PUFFS קאמפאני איז ביליגער ווי די נארישע הארטע ASPEN טישוס אין געשעפט.
איך האב שוין ערווענט ערגעץ אויבן, אז פעמפערס (דייפערס), בעיקר פון די LUVS קאמפאני, איז ביליגער ווי סיי וואו. א גרויסע באקס וואס קאסט ערגעץ אנדערש בערך 40 טאלער, קען מען האבן פאר $25.
איך וויל בעהטן מחילה פון די אידישע געשעפטן וועלכע שפירן זיך געטראפן, אבער איך האב נישט קיין אנדערע ברירה. איך וויל אייך שטיצן, אבער זעלבסטפארשטענדליך אז חייך קודמין. ס’איז נישט קיין שאלה פון א “שתות”, נאר פון “חצי היזק”!!..
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=216
רעקאמענדאציע פאר קאמפיוטער
פראגע: קודם שלום עליכם. איך בין שוין עטליכע מאל דא אריין געפאלן ווי אויך שלינג איך מיט דארשט די וועכענטליכע אויסגאבע, סאו א שטיקל מחותן בינעך שוין. נו, ווי א מחותן (א ברייטע) וועליך זיך ערלויבן צו בעטן א טובה.
ס’באלעבאסטע וויל ארבעטן פונדערהיים א דעטע ענטרי דזשאב, אביסל ארויסהעלפן מיט די פרנסה. אלזא, א דעסקטאפ וואלט ווען געווען די מערסטע געאייגענט דערפאר, אבער איך האב דאך נישט קיין חשק דעצו, סיי וועגן די פערמענאנטע פלאץ וואס עס פארנעמט, און סיי סתם פאר די קינדערלעך שיחיו וועלכע וואקסן אונטער, און איך זוך נישט א קאמפיוטער זאל זיין א חלק פון די הויז פארניטשער.
אלזא, מיין ערשטע פראגע איז, צי איז שוין פארהאן אויף די מארקעט בכלל אזא מין כלי וואס איך זוך, א “פארטעבל דעסקטאפ”. דאס הייסט צו האבן די מעלות פון א דעסקטאפ דהיינו א גרויסן סקרין מיט א עקסטערע קיבאורד, און מאוז, און באיזה אופן עלימינירן דעם גאנצן פאדעשטן חלק וואס דער לעפטאפ האט, און עס זאל דאך זיין פארטעבל, מען זאל דאס קענען אריינלייגן אין לעדל.
חוץ מזה, אויב עס איז – און מסתמא איז – נישט פארהאן אזא בריה, וועלכער לעפטאפ וואלט געווען די מערסטע געאייגענט פאר די דזשאב?
און דא קומעך צו אביסל צו ענינא דיומא, איז שייך צו טרעפן מציאות אין דעם פעלד אין בלעק פריידעי – סייבער מאנדעי? ווייל מיט א זייטיגן בליק זעט מיר אויס אז דער מארקעט איז מער פאר “פאן” עלעקטראניקס, נישט דוקא ארבעט’ס כלים.
נו אידן, טוטס א טובה, ענפערטס די פאר פראגעלעך, און די זכות זאלייך ביישטיין.
ענטפער: ראשית כל, מען קען איינשטעקן א קיבאורד א מויזל און א מאניטאר אין א לעפטאפ, און דו וועסט האבן אלעס וואס די ווילסט האבן.
צווייטענס, מען קען רואיגערהייט נוצן די מאניטאר און סקרין פון די לעפטאפ, מיליאנען מענטשן ארבעטן לחתכילה אויף א לעפטאפ, מען געוואוינט זיך צו זייער גרינג. די איינציגסטע זאך וואלט איך געזאגט איז א מויזל וואס איז שטארק ראטזאם צו קויפן. העכסטענס קויף א 17 אינטש סקרין, איך האב עס און ס’איבער גענוג. 15.4 איז אויך גענוג.
והשלישית, עני לעפטאפ איז געאייגענט פאר דעטע ענטערי, עלי ועל צווארי. מען האלט שוין היינט ביי א צייט וואס יעדע קאמפיוטער איז גוט פאר בעסיק ארבעט. לדעתי וועט מען בקרוב שוין נישט רעדן ביים המון עם איבער די שנעלקייט, פונקט ווי פשוטע מענטשן איז נישט קיין חילוק ווי שנעל די קאר קען ארויפציען פון 0 ביז זעכציג. (אוודאי וועלן אלץ זיין גיקס, אדער מענטשן מיט ספעציעלע געברויך פאר שנעלקייט) און אנדערע ווערטער, די קאמפיוטער מארקעט ווערט שוין “מעטשור”.
ענטפער: רוב קאמפיוטערס זענען טאקע שוין היינט גוט, בפרט פאר דאטא ענטרי, כאטש איך רעקאמענדיר אוועקצושטיין פון אינטעל “אטאם” פראסעסארס, אבער דאס געפינט איר בלויז אין נעטבוקס, וועלכע איר וועט נישט זוכן פאר אייער געברויך.
ענטפער: א 17 אינטש סקרין לעפטאפ איז די עצה, זעה נאר עס זאל האבן א נומבער פעד, וואס דעלל, מאיזה סיבה שהוא, האט נישט, אן אלל אין וואן איז נישט פארטעבל, עס איז העווי און געמאכט צו זיצן אויף איין פלאץ, א לעפטאפ, אפילו די מיט די גרעסערע 17 אינטש סקרין’ס, גיט מען א מאך צו, א נעם אראפ פון טיש, און מ’קען עס פארשטעקן ערגעץ אין קלאזעט אדער הונטערן בעט ולא נודע כי באו אל קרבנה.
מציאות, יא, איבעראל וועסטו טרעפן די סארט פאר ביליג, צוויישן 350 און 500 א שטיקל, “אלע” אויף די מארקעט זענען מער ווי גענוג פאר דעטע ענטרי, ווי שוין ערווענט.
א מייזל פאר א צענער שאט נישט צוצוקויפן. ווי שוין ערווענט.
אויב רעדט מען טייפן לאנגע צייטן אין איין צו איז אויך באקוועמער אויף אן עקסטערנעל קיעבארד, אויך דא צו באקומען פאר אפאר פריטות.
שאלה: וואס האלט איר לגבי די אינטעל פראסעסארס איז דא I3 און I5.
איך מיין דעם חילוק אין פרייז למשל דער I3 CORE וואס קאסט א גאנצן הונדערטער ביליגער ווי די אנדערע, איז כדאי בכלל, און ספעציפיש פאר דעם דזשאב פון דעטע ענטערי צוצוצאלן א הונדערטער צו האבן I5?
ענטפער: i3 איז איבער גענוג צו וואס דו דארפסט.
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- אכטונג נ.י. סיטי איינוואוינער, שווינדלער לאקערן אויף אייך!
- דעת בעל בית #18
- דעת בעל בית #19
- דעת בעל בית 20
- דעת בעל הבית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל-בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל הבית
- דעת בעל הבית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית
- דעת בעל בית (This post)