ביזנעס פראפיל: וועב חבר

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס פראפיל · דורך: יוחנן שיף · וואך: ויצא תשע"ב · בעל-בית נומער: 51 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/ביזנעס-פראפיל-וועב-חבר/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ביזנעס פראפיל: וועב חבר

“וועב חבר” איז מן הסתם נישט ממש קיין נייעס ביי רוב פון אונזערע ליינער, זיי זענען שוין אין ביזנעס עטליכע יאר. אבער נאך אלעם איז עס פארהאלטענסמעסיג א נייע אונטערנעמונג, דאך האבן זיי באוויזן – אין די קורצע זייט פון איר עקזיסטענץ- אהערצושטעלן א רעספעקטפולע און פארלעסליכע פראדוקט. איך מוז מודה זיין אז איך בין א שטיקל נוגע בדבר, איך נוץ עס אליין, און איך בין זייער נתפעל דערפון פון יעדע פרט ופרט, סיי די קאסטומער סערוויס און סיי די קוואליטעט און שטארקייט פון די טעכנאלאגישע זייט איז זעלטן פאר אזא אינגע פירמע אהערצושטעלן מיט אזא שלמות.

ווי אויך איז זייער סארט סערוויס א פודעמענטאלע און וויכטיגע פאר יעדן איד. ממילא איז גאר גרינג געווען דער באשלוס אנצוהייבן מיט זיי דעם נייעם קאלום “ביזנעס פראפיל” . איך דריק טאקע אויס א דאנק פאר ר’ מאיר העלמאן נ”י, א חשובער אינגערמאן א בן תורה, פון וועב חבר פארן אונז אויפנעמען ביותרת הכבוד און אונז ענטפערן אויף אלע שאלות בתשואת חן.

אויב זענט איר אינטערעסירט צו געבן א אינטערוויו איבער אייער ביזנעס פארבינדט אייך דורך אימעיל

mail @ balboos.com

יוחנן

יוחנן שיף: ווען איז “וועב חבר” געגרינדעט געווארן?

מאיר העלמאן: זומער תשס”ח לפ”ק איז וועב חבר געעפענט געווארן ווי א פריוואטע פראזשעקט פאר די בני הכולל אין די כולל פון הרב בערקאוויטש שליט”א, מיט די צייט איז עס פארשפרייט געווארן איבער די גאנצע וועלט.

יוחנן ש.: דורך וועם?

מ.ה.: מיין חבר משה גאטליב, איך (מאיר העלמאן) און עטליכע אנדערע אינגעלייט. משה גאטליב האט דאן געלערענט אין די א”ד כולל. איך לערן אין ישיבת מיר אגאנצן טאג. הרב בערקאוויטש -דער ראש הכולל- גופא איז אויך געווען שטארק אריינגענומען סיי אין די פלאנירונג און סיי אין די פראקטישע ארבעט פון אהערשטעלן וועב חבר.

יוחנן ש.: וואס איז אייערע שטעלע און פאראנטווארטליכקייטן אין וועב חבר

מ.ה.: איך בין ממונה אויף די פינאנציעלע חלקים און קאסטומער סופפארט. משה איז א פראפעסיאנאלע פראגראמער, ער איז זיך בעיקר מטפל מיט די טעכנישע חלקים. אלע אנדערע אספעקטן פון וועב חבר און די וועב זייטל טוען מיר צוזאמען.

יוחנן ש.: ווי איז וועב חבר קווארטירט?

מ.ה.: “וועב חבר” איז קווארטירט און איז רעגיסטרירט אלץ א נאן פראפיט ארגענעזאציע אין ניו זשערסי. משה וואוינט היינט אין טאראנטא, אבער מיר ארבעטן צוזאמען ווי ווייט מעגליך.

יוחנן ש.: וואס איז געווען די גרויסע נויט צו גרינדען “וועב חבר”? אין תשס”ח איז שוין פון לאנג געווען פארשידענע חרדישע פירמעס וואס האבן צוגעשטעלט וועב פילטערס פאר אידן וואס האבן געוואלט האבן א שמירה אויף די אינטערנעט סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל.

מ”ה: וועב חבר איז א צווייטע זאך! וועב חבר איז נישט קיין פילטער. הגם מיר שטעלן היינט שוין צו א פילטער אויך, איז אבער אונזער הויפט קאנצעפט דער ענין פון “עין רואה” און אפגעבן “דין וחשבון”. מיר האלטן אז אויב מען ווייסט אז א צווייטער וועט זען אלעס און באקומען א רעפארט פון אלעם וואס מען טוט אויף די אינטערנעט, אט די פאקט אליין איז גענוג א אפהאלט און א שמירה אז מען זאל בלויז טון וואס עס איז ריכטיג און מען זאל נישט ח”ו גליטשן אנליין.

יוחנן ש.: איך פארשטיי וואס איר זאגט, עס איז ריכטיג, עס איז טאקע א צווייטע קאנצעפט, אבער צו וואס פעלט דאס אויס, מיט וואס איז עס “בעסער” פון די קאנצעפט פון “אינטערנעט פילטערס”?

מ.ה.: פילטערס זענען באוויסט מיט זייערע פילע פראבלעמען, בעיקר מיט זיין נישט אקוראט, סיי מיטן דורכלאזן שלעכטע מאטריאל און סיי מיטן פארשטעלן גוטע וועב זייטלעך, וואס קען פיל מאל פארשאפן גרויסע אומאיינגענעמליכקייטן און געלט שאדן. ווידעראום מיט וועב חבר טוט דער מענטש מחליט זיין וואס עס איז ריכטיג פאר זיין געברויך אבער ער ווייסט אז זיין מורה דרך אדער חבר וועט וויסן וואס ער האט געטון. נאך א מעלה פון וועב חבר איז, וואס איז גענצליך אייגענארטיג, און איז נאך נישט געווען ביז היינט, וועב חבר איז ווי דערמאנט א “נאן פראפיט ארגענעזאציע” דאס הייסט, מיר זענען נישט דא פאר קיין ביזנעס און פראפיטן. דאס ערמעגליכט אונז צו בעטן א מינימאלע פרייז פון 3.95$ א חודש. מיר פילן אז מיט אזא פרייז ועט זיך קיינער נישט אפהאלטן צוליב געלט. אנדערע פילטערס זענען היבש טייער, און עס טאר נישט זיין אזא זאך אז מענטשן זאלן זיך נישט קענען ערלויבן צו האבן א שמירה אויף די אינטערנעט.

יוחנן ש.: מיט די צווייטע נקודה זענען מיר זיכער איינשטימיג, געלט טאר נישט זיין קיין צוריקהאלט פון אזא פודעמאנטאלע געברויך, וואס ממש די עתיד פון דעם מענטש און זיינע דורות הענגט אויף דעם.

מ.ה.: א דאנק.

יוחנן ש.: איך בין נישט ממש קיין “אינוועסטיגעטיוו רעפארטער” אבער נאכן אביסל גרינטעווען אין אייערע פראדוקטן האב איך דערשנאפט אז אייערע סערוויסעס זענען באזירט אויף א פירמע מיט די נאמען “קאווענענט אייס”, איז עס ווירקליך אזוי? און אויב יא מיט וואס זענט איר בעסער? פארוואס זאל מען נישט גיין גלייך צו יענע פירמע?

מ.ה.: (שמייכעלט) ריכטיג, אבער מיר זוכען עס נישט צו פארמאסקירן. אונזערע סערוויסעס נוצן טאקע די פארגעשריטענע טעכנאלאגיעס פון די א”ד פירמע. די סיבה פארווס מיר האבן געשאפן “וועב חבר” איז געווען צוצושטעלן עטליכע מעלות צו זייער סערוויס. מיר שטעלן צו די זעלבע סערוויס ווי זיי פאר ווייניגער ווי העלפט פרייז.

מיר רעכענען $3.95 אקעגן זייער 8.99$ פער מאנאט. און דאס איז פאר איין באנוצער, מיר שטעלן צו גרעסערע הנחות פאר גרעסערע גרופעס.

אונזערע סערווערס טוען אויטאמאטיש מאדיפיצירן די רעפארטס אז עס זאל זיין בעסער אויסגעשטעלט פאר אונזערע באנוצער. עס געט די געלעגנהייט פאר יעדן יחיד אראפצונעמען חלקים וואס זענען נישט רעלעוואנט, און ארויפשטעלן וויכטיגערע חלקים מער אויבן. מיר שטעלן צו א רעטינג און דעסקריפציע פון די סייטס אין די רעפארט גופא, אן דעם וואס מעל זאל ברויכן גיין אנליין בודק צו זיין וואס דאס איז.

מיר געבן אויך אביסל די געפיל און געלעגנהייט פון פרייוועסי פארן באנוצער (אנשטאט פאר דעם משגיח) מיטן אים געבן די געלעגנהייט צו קאנטראלירן וואספארא סארט אינפארמאציע (ווייניגער וויכטיגע) ווערן רעפארטעד. אונזער זייטל איז פיל מער צוגעפאסט פאר חרדישע אידן ווי די זייטל פון די א”ד פירמע, וואס שטעלט זיך צו פאר רעליגיעזע קריסטן.

אזוי אויך האלטן מיר אין געהיים די קאנטאקט אינפארמאציע פון אונזערע קליענטן צו פארמיידן פון די א”ד פירמע פון אייך שיקן אומנויטיגע אימעילס.

יוחנן ש.: וויפיל באנוצער האט איר היינט צו טאג?

מ.ה.: קרוב צו 1800 און עס וואקסט טעגליך. יוחנן ש.: סתם פאר אינטערעסאנטקייט, אין וועלכע לענדער ווערט וועב חבר גענוצט? צו האט איר אינפארמאציע דערוועגן? מ.ה.: מיר האבן הומדערטער באנוצער אין ארץ ישראל און אין אמעריקא ווי אויך אין ענגלאנד. חוץ פון דעם האבן מיר באנוצער אין כמעט יעדע אייראפעאישע לאנד, ווי אויך אין לאטיין אמעריקא און אסטראליע. מיר האבן שוין אויך באקומען פארלאנגען איבערצוזעצן די זייטל אויף ספאניש, פראנצויזיש און רוסיש.

יוחנן ש.: מער ווייניגער שפיגעלט עס גאנץ אקוראט אפ די געגענטן ווי עס זענען קאנצעטרירט אולטרא חרדישע אידן…

מ.ה.: ריכטיג, אבער מיר האפן זיך אויסצושפרייטן מער, ווייל עס איז וויכטיג פאר אלע אידן.

המשך קומט אי”ה

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. ביזנעס פראפיל: וועב חבר (This post)
ב׳ כסלו תשע״ב at 11:25 am#2
ביזנעס פראפיל: וועב חבר

זייער אינטערעסאנטע קאלום, האלט אן דערמיט.

ב׳ כסלו תשע״ב at 12:34 pm#3
ביזנעס פראפיל: וועב חבר

א דאנק יוחנן פאר דער הערליכער ארטיקל!

איז וועב חבר טאקע א נאן פראפיט און קיינער נעמט נישט ארויס קיין פרנסה דערפון?