דעת בעל בית

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: תולדות תשע"ב · בעל-בית נומער: 50 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/דעת-בעל-בית-35/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

שפארן סעלפאון באטערי
הערה: אויף “עצה טובה” בעל-בית חיי שרה תשע”ב
אנשטאט אינגאנצן פארלעשן די סעלפאון קען מען עס אנשטעלן אויף “עראפלאן מאוד” דאס לעשט אויס די ווייערלעס קאנעקשאן, אבער די סעלפאון ווערט נישט אינגאנצן טויט.
די מעלה דערפון איז אז מען קען עס נוצן ווייטער פאר א זייגער (ווער האט נאך היינט) און עס געדויערט נישט אזוי לאנג ביז עס צינד זיך צוריק אן. אבער די קיין באטערי וועט עס נישט ציען, ווייל די קאנעקשאן איז פארלאשן.

(-)


ווינדאוס טיפס

עס מאכט זיך אפט ווען מען ווויל שיקן א עטעטשמענט פאר איינעם דארף מען ארומזוכן ביי די פאלדערס ביז מען טרעפט די פאלדער און נאכדעם דארף מען איבער’חזר’ן די גאנצע שפיל ווען מען דריקט” אטעטש א פייל” א פראקטישע עצה פאר דעם איז אז ווען מען האט אויפגעמישט די פאלדער ווי די פייל ליגט און מען דריקט שיפט מיט א רייט קליק קומט ארויס א אפשען Copy as path  און ווען מען האלט בייים אטעטשן די פייל דריקט מען אויבן ביי די אדרעס באר און מען מאכט פעיסט און  OPEN און די פייל איז אטעטשט
ווי אויך קומט ארויס א אפשען Pin to start menu  ווי מען קןע צולייגן א פייל צו די סטארט מעניו
*
איך האב אסאך מאך אינמיטן טייפן אז איך דרוק בטעות דעם “קעפס-לאק” קנעפל. און נישט אלץ קוק איך אויפן סקרין, און פלוצים דערזעה איך זיך מיט א שורה-צוויי גראבע ענגלישע אותיות, אדער אסאך מאל דרוק איך בטעות דעם NUM-LOCK קנעפל, און אנשטאט דרוקן נומערן פליט דער קארסור מזרח מערב דרום צפון און איך הויב אויגן ברעמען און ציה מיט די פלייצעס נישט פארשטייענדיג וואס דא גייט פאר. שטענדיג האב איך געטראכט, הלואי ווען עס איז דא עפעס א “רעמיינדער” וואס לאזט מיר וויסן אז איך האב געדריקט דעם קנעפל(עך).
און יגעת ומצאת, יאפ, עס איז פאראן, און זינט דאס איז מיר נתחדש דעוארן איז מיר דער לעבן פשוט לייכטער געווארן.
עס איז א סעטינג אין קאנטראל פענעל וואס הייסט Toggle Keys, אונטער דעם נושא Ease of Access Center (ענליכע נאמען אין ווינדאוס XP), ווען מען מאכט דארטן א טשעק, היידא, יעדע מאל וואס מען צינדט אן סיי וועלכע פון די LOCK קנעפלעך גיט עס א הויכן פייף, און ווען מען לעשט אויס, א נידריגע פייף.
*
ווען מען טייפט ענגליש און בטעות איז געווען אנגעשטעלט אויף קעפס אדער וויל מען סתם אזוי טוישן פון קעפס צו סמאל אדער פארקערט ביי איינע פון די אפיס פראגראמס קען מען דריקן די שיפט און F3 צוזאמען און עס טוישט פון איין וועג צום צווייטן.
*
אויב וויל מען נאכקוקן און א פייל עפעס אבער מען וויל נישט עפענען יעצט די דאקומענט יעצט איז דא א אפשען וואס הייס ט פריוויו פעין PREVIEW PANE  מען קען עס אנשטעלן ווען מען עפענט א פאלדער ביי די לינקע זייט אויבן איז דא  אפשעןOrganize / Layout    און מען דארף סעלעקטן Preview Pane  אזוי קען מען זען יעדע פייל אן דארפן עפענען די פראגראם, פארשטייט זיך אז מען קען גארנישט עדיטן אדער צולייגן אזוי .
מוזיק קען מען אויך הערן אזוי און עס עפענט נישט אויף די פראגראם.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=265


ניצליכע קראום עקסטענשאנס

Reload All TAbs
אריינצולייגן א באטאן וואס טוט רילאודן אלע פעידזשעס אויף איין מאל, גוט ווען מען האט עטליכע טעבס אפען פון א טאג בעפאר.

IETAB
פאר די סייטס וועלכע מוזן האבן אינטערנעט עקספלארער דוקא- עס גיט די מעגליכקייט צו ניצן עקספלארער און קראום

Price Blink
זוכט אויף אטאמאטיש די ביליגסטע פרייז אויף יעדע אייטעם וואס מען זוכט

Autopatchwork
ווען מען האט א סירטש וואס האט עטליכע פעידזשעס טוט עס אטאמאטיש לאדענען די צווייטע פעידזש.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=250


חלונות אין אינדעזיין

פראגע: קען מען מאכן אויטעמאטיש חלונות אויף אינדעזיין אז ער זאל אויפכאפן ווי די ערשטע ווארט ענדיגט זיך?

תשובה: מען קען, אבער עס איז נישט אזוי לייכט.
עס איז אויך דא צו באקומען פלאגאינס דערפאר. דא קען מען קויפן פארשידענע נוצליכע סקריפטס פאר אינדיזיין אריינגערעכענט צו מאכן חלונות.

http://in-tools.com/products/suites/worl…suite-pro/

א גראדע לינק צו די חלונות סקריפט

http://in-tools.com/products/plugins/drop-words/

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=188


ענדרואיד עפפס

שאלה: איך זיך אן עפפ וואס מ’זאל קענען קאנטראלן די פאון פונעם דעסקטאפ,
איך ווייס פון לעזי-דרויד,רימאוט וועב דעסקטאפ, רימאוט מיי דראויד
די אלע ארבעטן דורך זיך קאנעקטן צו א סערווער, דאס איז נישט גוט פאר מיר, ווייל איך האב נישט קיין שטארקע סערוויס אין מיין אפיס, איך זיך איינס וואס ארבעט מיט USB קאנעקשאן.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=258


מייקראסאפט אפיס: טיפס און אינפארמאציע

איר ארבעט אויף א ספר, און איר האט געגעבן דעם פייל פאר א מגיה, נאך עטליכע טעג שיקט ער עס צוריק, אבער איר ווילט וויסן פונקטליך וואס ער האט געטוישט, וואס איז די עצה?
גייט צו Review, דארט איז דא א אפציע Compare Document, דרוקט אויף דעם, און וועלט אויס די ארגינעלע פייל, און דאן די פארראכטענע פייל, וועט זיך עפענען א נייע פייל וואס וועט ווייזן אלע שינויים.
*
ווען מ’מאכט פיינד און רעפלעיס א ווארד וואס האט שטרעכלעך, למשל אז איבעראל וואו עס שטייט “ברוך השם”, זאל ווערן רעפלעיסט צו “ב”ה”, ווערן די שטרעכלעך אזעלכע ענגלישע פאני שטרעכלעך, וואס איז די עצה דערפאר?
נאכן רעפלעיסן פארריכט איין פלאץ אז ס’זאל ווערן נארמאלע שטערעכלעך, דאן קאפי עס, און גיי צוריק צו פיינד און רעפלעיס, ביי פיינד לייג אריין “, ער זאל זוכן איבעראל ווי עס איז דא שטרעכלעך, און ביי רעפלעיס לייג אריין ^c (דוקא א סמאל c, נישט א קעפעטל), און אלע שטרעכלעך וועט ווערן געהעריג.
*
שאלה: איז שייך צו זען וואס מען האט געטוישט און א דאקומענט פארן סעיוון? למשל איך האב געארבעט אויף א ווארד דאקומענט און געטוישט עטליכע זאכן און געסעיווט און איך וויל זען וואס עס איז געווען פארדעם איז שייך אזא זאך?
תשובה: Review דערנאך Track change. אדער Change tracking options דאס איז אנצושטעלן ‘פאר’ן טוישן’ אויף נאכן טוישן און סעוון.
אויב האלטסו נאך פאר’ן צומאכן איז אין אפיס 07 און ווייטער קען מען נאך מאכן UNDO צו זעהן ביז א געוויסע אמאונט. אפילו נאכ’ן סעיוון, אין די עלטערע ווערסיע האט עס נישט, יעצט יא.
-
נאכן פארמאכן די פייל קען מען צוריקברענגען דורך גוגל דעסקטאפ.
אדער ביי ווינדויס 7 קען מען רייט קליקן, און אין די ליסטע דא א אפשען Restore previous versions, אויב זעסט עס נישט אויפן ליסטע גיי צו פראפערטי’ס די לעצטע טעב איז די זעלבע זאך.
*
שאלה: איך זיך א וועג ביי פאבלישער צו מאכן די טעקסט פון איין פאראגראף נאנט צו די אנדערע ביי ווארד איז דא אזא אפשען ווייסט איינער ביי פאבלישער וויאזוי מען מאכט עס?
מוז מען מאכן א אנדערע טעקסט באקס פאר יעדע פאראגראף?
*
שאלה: כ’האב געכאפט א בליק אין פאבלישער און איך האב נישט קיין אנהונג וואס דאס איז, פאר וועלעכע זאכע זאכן ניצט מען עס? פארוואס האט עס נאך די אלטע לעיאוט? וואס טוט מען דערמיט? איך זעה עקסעס איז א מעכטיגע פראגרעם אבער מ’קען עס נישט אליין אויספיגערען אזוי ווי כאב געטוהן ביי ווארד און עקסעל, ווי קען מען זיך עס לערנען אויף אידיש?
תשובה: פאבלישער איז פאר לייכטע גרעפיקס עס ארבייט מיט טעקסט באקסעס ד.ה. אז מען קען נישט טייפן סתם אזוי נאר מען דארף אריילייגן א טעקסט באקס און אזוי קען מען אנהייבן צו טיייפן און מען קען לייגן איין טעקסט באקס אוייפן צווייטן פיקטשערס וכו’וכו’ עס ארבייט די זעלבע זאך ווי ווארד.
עס האט נאך די אלטע לעיאוט ווייל מייקראסאפט האט עס געאפגרעידעד ביי אפיס 2010. 07 האט נאך די אלטע איך ניץ 2010 און עס איז א מחי’ די נייע לעיאוט
עקסעס איז א גיטע פראגראם עס איז געמאכט פאר פראגראמערס אדער פאר איינעם וואס האט אסאך צייט זיך צו לערנען עס איז דא פראגראמערס וועלכע האבן געמאכט פון עקסעס א פראגראם פאר רעדזשיסטערס, וכו’ וכו’ עס איז א פראגראם וועלכע מען קען טון גאר אסאך זאכן איך ניץ אויך א עקסעס וועלכע א פראגראמער האט משנה צורה געווען.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=15

——————————————————————–

רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע  שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען  עטליכע לינקס.
קויפן א דירה: פארשידענע פרטים
 http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=262
שווארצע פרייטאג – סייבער מאנטאג: מציאות אנליין
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=259
ווי אזוי צו מאכן א קאמפיטער ארבעטן שנעלער: טון אפ פראגראמען
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=246

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. דעת בעל בית
  2. דעת בעל בית
  3. דעת בעל בית
  4. דעת בעל בית
  5. דעת בעל בית
  6. דעת בעל בית
  7. דעת בעל בית
  8. דעת בעל בית
  9. דעת בעל בית
  10. דעת בעל בית
  11. דעת בעל בית
  12. דעת בעל בית
  13. אכטונג נ.י. סיטי איינוואוינער, שווינדלער לאקערן אויף אייך!
  14. דעת בעל בית #18
  15. דעת בעל בית #19
  16. דעת בעל בית 20
  17. דעת בעל הבית
  18. דעת בעל בית
  19. דעת בעל בית
  20. דעת בעל-בית
  21. דעת בעל בית
  22. דעת בעל בית
  23. דעת בעל בית
  24. דעת בעל בית
  25. דעת בעל הבית
  26. דעת בעל הבית
  27. דעת בעל בית
  28. דעת בעל בית
  29. דעת בעל בית
  30. דעת בעל בית
  31. דעת בעל בית
  32. דעת בעל בית
  33. דעת בעל בית
  34. דעת בעל בית
  35. דעת בעל בית
  36. דעת בעל בית
  37. דעת בעל בית
  38. דעת בעל בית
  39. דעת בעל בית
  40. דעת בעל בית
  41. דעת בעל בית
  42. דעת בעל בית (This post)