המשך – די מעק
די זעראקס פ.א.ר.ק. ריסערטש סענטער האט געברענגט געוואלדיגע דורכברוכען – עס לאזט זיך זאגן אז זיי האבן ממש פיאנירט א גרויס חלק פון די מאדערנע קאמפיוטער עפאכע. אבער צו זעראקס’ס שלימזלות האבן זיי כמעט נישט פארדינט פון די אלע זאכן.
שוין אזוי פרי ווי אין די מיטעלע 70′ער יארן האבן זיי געהאט שוין אויפגעקומען מיט עטליכע זייער פארגעשריטענע טעכנאלאגיעס, ווי די טעכנאלאגיע פון איט-הער-נעט (ethernet) וואס ווערט עד היום גענוצט צו באהעפטן קאמפיוטערס אין א נעטווארק. אבזשעקט אריענטעד פראגרעמינג, די לעזער פרינטער, און נאך.
אבער די גרעסטע דורכברוך פון אלע איז געווען די אויסטרעף פון די GUI דאס איז די באגריף פון א “גרעפיקל יוזער אינטערפעיס”, דאס הייסט אז אנשטאט טייפן אויף א קיבאורד צו טון סיי וועלכע אקט אויף א קאמפיוטער – האבן זיי פיאנירט א רעוואלוציאנערישע נייע מהלך פון ניצן בילדער – אייקאנס צו טון א גרויס חלק פון אלע קאמפיוטער פונקציעס, און אזוי אויך האט מען געקענט “זען” ווי אזוי פיילס ליגן אין מ’כלומר’שטע פאלדערס. מען האט געקענט קאפירן און לייגן פון איין פאלדער צו די אנדערע. די צענטער פון אלעם איז געווען וואס זיי האבן גערופן א “דעסקטאפ” אזא סארט ווירטיואלע טישל וואס דארט זענען געליגן אלע פראגראמען און פיילס שיין אויסגעלייגט ווי אויף א דעסק. און דאס אלעס איז געווארן קאנטראלירט פון א מאדנע סארט מאשינקע -אויך א אייגענע אויסטרעף- וואס זיי האבן גערופן א מויזל.
היינט איז שוין שווער צו פארשטיין וואספארא גרויסע חכמה ליגט שוין דערין? אבער אין יענע צייטן איז עס געווען ממש א גאונישע דורכברוך ווי אזוי צו מאכן דעם קאמפיוטער איינפאך און צוגענגליך פאר פשוטע מענטשן.
דאס אלעס איז צושטאנד געקומען אין די פארעם פון א קאמפיוטער וואס זעראקס האט אליין פראדוצירט וואס האט געהייסן די “אלטא”. עס קען מיט רעכט ווערן אנגערופן די ערשטע פערסאנעל קאמפיוטער. עס איז קיינמאל נישט פארקויפט געווארן אין די ברייטע מארקעט, נאר זעראקס ארבייטער האבן זיך באנוצט דערמיט.
די דורכברוכן פון די פ.א.ר.ק. ריסערטש סענטער איז נישט געבליבן באהאלטען, עס איז געווען א אפענע סוד אין סיליקאן וואלי, יעדער האט דערשמעקט אז זעראקס האט ערפינדונגען וואס זענען עפעס אויסערגעווענליך און וועלן נאך טוישן די גאנצע טאכנאלאגיע וועלט, אלע, חוץ זעראקס אליין! די עקזעקיוטיוון פון זעראקס האבן אוועקגעמאכט די אלע זאכן אלץ ווערטלאז פאר די פירמע. ווען זיי האבן זיך געכאפט דערוועגן האבן זיי נאך פארצווייפעלטערהייט פרובירט אריינצובאקומען אין די מארקעט, אבער דאן איז שוין געווען צו שפעט.
*
די אינזשענירן אין עפל האבן דאן געארבעט אויף צוויי נייע פראזשעקטן, א קאמפיוטער מיטן נאמען “ליסא” וואס האט געדארפט זיין א טייערע מאכטפולע מאשין געצילט צו ביזנעס באנוצער, און די צווייטע איז געווען אויף א ביליגערע און פשוט’ערע קאמפיוטער געצילט פאר די מאסן, מיטן נאמען “מעקניטאש” אדער אין קורצן “מעק”.
דער פירער פון די מעק גרופע איז געווען א קאלירפולע פארשוין מיטן נאמען זשעף ראסקין. ראסקין -א איד- קען מיט רעכט באטראכט ווערן ווי דער פאטער פון די מעקניטאש, הגם ער איז אוועק פון עפל נאך איידער די מעקניטאש איז ארויסגעקומען. ער האט עס א נאמען געגעבן מעקניטאש נאך די מעקניטאש סארט עפל, וואס ער האט שטארק געגליכן.
ראסקין האט שוין געהאט געהערט פון די פ.א.ר.ק. אויסטרעף פון א “גרעפיקל יוזער אינטערפעיס” און ער האט זייער געוואלט אז זשאבס זאל כאפן א בליק דערויף.
וואס ראסקין האט נישט געוויסט איז געווען אז זשאבס האט שוין געהאט אויסגעארבעט א אפמאך מיט זעראקס צו קענען האבן א פולע טור אין די פ.א.ר.ק. צענטער.
דעמאלס זענען געווען געשפרעכן איבער א צווייטע רייע פון פאנדונגען פאר עפל. זעראקס האט געהאט א אינוועסמענט ארעם וואס האט זיך אפגעגעבן מיטן אינוועסטירן אין נייע פירמעס און טעכנאלאגיעס, זיי האבן געהאט חשק צו אינוועסטירן אין עפל. דער געריבענער זשאבס האט זיך אויסגענומען אז דערפאר וויל ער א פולע טור אין די די פ.א.ר.ק. צענטער.
די הויפט עקזעקיוטיוון פון זעראקס, וואס זענען אפשר געווען גוטע ביזנעסלייט אבער האבן נישט פארשטאנען צופיל צו טעכנאלאגיע, און ווי דערמאנט האבן זיי געהאט א גרינגשעצונג צו די גאנצע פ.א.ר.ק. פראזשעקט, האבן גערן מסכים געווען דערויף, דער עיקר אז מען זאל זיי נאר לאזן אינוועסטירן אין עפל, וואס האט אויסגעקוקט -מיט רעכט- ווי א גוטע אינוועסטמענט אין יענע צייט.
זעראקס האט דאן אינוועסטירט א מיליאן דאלער אין עפל, ביי די צייט וואס עפל איז געגאנגען פובליק, בלויז איין יאר שפעטער, זענען זייערע שעירס ווערט געווען 17 מיליאן, א גארט געלונגענע מקח לכל הדעות, אבער מיט דעם אלעם האט עפל אסאך מער מרוויח געווען פון דעם געשעפט.
זשאבס איז געקומען צו די פ.א.ר.ק. צענטער, אין דעצעמבער 79′ באגלייט מיט עטליכע הויכע עפל עקזעקיוטיוון, אפצונעמען דעם פארשפראכענעם טור. לערי טעסלער, איינער פון די זעראקס סייענטיסטן וואס איז געווען געשטעלט אנצופירן דעם טור, איז געווען גאר ענטוזיאסטיש, ער האט דא א געלעגנהייט צו ווייזן פאר סטיוו זשאבס אליין די אלע אויפטוען פון זייער שווערע ארבייט, וואס זייערע אייגענע בעלי בתים האבן זיך נישט געקימערט דערמיט. ער איז געווען גרייט צו ווייזן אלעס. אבער די אנדערע סייענטיסט, גאלדבערג, איז געווען זייער פארביטערט, זי האט נישט געקענט אריבערטראגן דעם געדאנק אז מען גייט דא איבערגעבן אזעלכע ווערטפולע סודות פאר א צווייטע פירמע אויף א גאלדענע טאץ. זי האט פארפירט אז מען זאל נאר ווייזן די סאמע מינימום.
גאלדבערג האט אויסגעפירט, מען האט אפגעפירט זשאבס צו א קאנפרענץ צימער מען האט אריינגעברענגט און אויפגעשטעלט די “אלטא”, אבער מען האט נאר געוויזן עטליכע פראגראמען, בעיקר א ווארד פראסעסינג פראגראם, אן זיי געבן די געלעגנהייט צו באטראכטן דעם אלטא פון די נאנט.
זשאבס איז געווען אנטוישט, פון די אינפארמאציע וואס ער האט געהאט געהערט האט ער פארשטאנען אז מען האט אים נישט געוויזן די ריכטיגע סחורה. ער האט טעלעפאנירט צו די זעראקס הויפט קווארטירן און געפאדערט אז מען זאל איינהאלטן דעם דיל, ער וויל זען אלעס.
עטליכע טעג דערנאך איז זשאבס נאכאמאל געווארן איינגעלאדענט, ער האט מיטגעברענגט פון זיינע אייגענע מענטשן וואס האבן געהאט געארבעט פאר זעראקס בעפאר, און זיי האבן געוויסט וואס צו זוכן. די זעראקס סייענטיסטן האבן אויף די אייגענע האנט באשלאסן צו פרובירן צו ווייזן “סמאל-טאלק” א פארגעשריטענע פראגרעמינג שפראך, מיט די האפענונג אז זשאבס וועט ווערן באגייסטערט און זיך באגעניגן מיט דעם. אבער זשאבס איז געווארן ווילד און טעלעפאנירט דעם פירער פון די זעראקס אינוועסטמענטס פליגל און זיך באקלאגט אז מען האלט נישט איין דעם אפמאך. תיכף דערנאך איז אנגעקומען א שטרענגע טעלעפאן רוף פון די זעראקס הויפט קווארטיר און קאנעטיקוט אז מען זאל ווייזן פאר זשאבס אלעס.
ווען זשאבס האט געזען די גרעפיקל יוזער אינטערפעיס איז ער ממש ארויס פון די כלים, “איך קען נישט גלייבן אז זעראקס קעשט עס נישט אויף, ענק זיצן אויף א גאלד מינע” האט ער אויסגעשריגן. ער האט זיך אויפגעשטעלט און אראפגעזעצט, ער האט ממש נישט געקענט זיך באהערשן פון התפעלות.
סטיוו דער וויזיאנער מיט זיין ראפינירטע שמעק האט גלייך תופס געווען וואס די זעראקס עקזעקיוטיוון האבן נישט געוואלט פארשטיין. יארן שפעטער האט ער געזאגט “יענע מאמענט איז געווען ווי א שלייער איז געווארן אראפגענומען פון מיינע אויגן, איך האב פארשטאנען אז איך זע דא דעם עתיד, עס איז ביי מיר קלאר געווען אז אין איין טאג וועלן אלע קאמפיוטערס אזוי ארבעטן”
פארזעצונג קומט אי”ה
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 1
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 2
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 3
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 4
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 5
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 6
- וואס איז ניי אין ווינדאוס 7 - 7
- קוויבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: עצות און טיפס
- קוויקבוקס: וואס איז ניי אין 2010 1#
- קוויקבוקס: וואס איז ניי אין 2010 2#
- טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן
- ווינדאוס פאון 7
- ווינדאוס פאון 7 #2
- א בליק אויף Nudgemail
- א בליק אויף Find Big Mail
- קיבאורד שארטקאטס – א
- קיבארד שארטקאטס
- א בליק אויף קלאוד קאנעקט
- קליפ באורד מענעזשער
- דער מעק קאמפיוטער - 1
- סטיוו זשאבס - 1
- סטיוו זשאבס - 2
- סטיוו זשאבס - 3
- סטיוו זשאבס - 4 (This post)