ניייעס – האנדא און פארד

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעם דרייווערס ווינקל · דורך: ליינער · וואך: תולדות תשע"ב · בעל-בית נומער: 50 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/ניייעס-האנדא-און-פארד/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ניייעס – האנדא און פארד

האנדא
ווי באקאנט אין די נייעס לעצטנס, גייט פאר האנדא לעצטנס מיטן פיטום אראפ, אנגעהויבן מיט דעם שרעקליכן צונאמי אין יאפאן, און געענדיגט מיט די מאסיווע פארפלייצונגען לעצטנס אין טיילאנד, ווי האנדא האלט אויף ריזיגע אפעראציעס פון זייער מאנופעקטשורינג. האנדא האט געזאלט ארויסגעבן אן איבערגעמאכטן CR-V אויטא פארן יאר 2012, אבער האט געמאלדן אז זיי וועלן דאס מוזן אפשטופן צוליב די פארפלייצונגען. למעשה האבן זיי לעצטנס געמאלדן אז א חלק וועט יא זיין אין צייט, און מענטשן וועלן דאס קענען קויפן בקרוב ממש.
די נייע מאדעל האט בעסערע מיילעדזש, די אויסשטעל אינווייניג איז ניי און פארבעסערט, עס האט מער זיכערהייט פיטשערס, און אנדערע פיטשעווקעס וועכע קומען מיט. עס גייט אריין בלויז 5 פאסאזשירן און קומט בלויז מיט א 4-צילינדער ענזשין, כאטש זייער גרעסטע קאמפעטישן, די טאיאטע Rav4, האט יא א אפציע פאר א 6-צילינדער ענדזשין (וואס גיט מער כח פארן ענזשין) און האט א אפציע צוצלייגן נאך א זיץ, ביז א סך הכל פון 7 פאסאזשירן. אבער די האנדא CR-V איז געווען די בעסט-סעלינג קאמפעקט SUV  אין די מארקעט פאר עטליכע יאר אין א רייע. עס איז גאר א געשמאקע אויטא.
פארד
ווי מיר האבן שוין באשריבן אין קורצן, האט “פארד”, נאכן זיך טרעפן אין גאר א נידריגע פאזיציע אין זייער קוואליטעט עטליכע יארן צוריק, זיך גענומען מיטן גאנצן אייפער און אימפעט אריינצולייגן כוחות ארויפצוברענגען די קאמפאני צו א נייעם שטאפל, זיי האבן אויפגענומען נייע מענעזשערס, מיט ערפארענע אינזשענירן, און ארבעטן אויף קעסל און כלים צו פארבעסערן דעם מצב פון די קאמפאני, און די רעזולטאטן האבן נישט פארשפעטיגט צו קומען, זיי זענען היינט איינע פון די בעסטע אויטא מאנופעקטשורערס, אינאיינעם מיט די אנדערע אמעריקאנע קאמפאניס, ווי GM  און קרייסלער, אלע ארבעטן זיי שווער זיך צוריקצוכאפן פון וואו טאיאטע האט זיי אראפגעשטופט.
אבער פארד האט דערווייל באקומען די בעסטע אויסצייכענונגען פון די אנדערע 2 אמעריקאנע פראדוצירער. בעיקר האבן זיי דאס געטון, אז אין צוגאב צו פארבעסערן דעם קוואליטעט פונעם עצם פראדוקט, האבן זיי צוגעלייגט טעכנאלאגיע און אינטערעסאנטע איינפאלן וואס קיינער האט נישט.
ערשטנס איז שטארק באקאנט און אויפגעכאפט די MyFord טאטש, וואס זיי האבן שוין כמעט נישט קיין קנעפלעך אויפן דעשבאורד, נאר אלעס ווערט קאנטראלירט מיט א טאטש-סקרין, אדער מיטן מויל, ד.ה. מען קען רעדן צו אים, און ער פאלגט. גראדע האט דאס אביסל בעק-פייערד פאר פארד און זיי האבן לעצטנס באקומען שלעכטע גריסן אויף דעם סיסטעם, סיי פון פראפעסיאנאלע קאמפאניס וועלכע האלטן אז עס איז צופיל געפאטשקעט און איז נישט צו זיכער אויפן ראוד, און סיי פון די קאנסומער וועלכע זאגן אז עס מאכט געוויסע פראבלעמען, און ארבעט נישט אזוי ווי עס וואלט געדארפט.
פארד האט רעספאנדעט צו דעם אז זיי געבן ארויס א נייע ווערזשן וועלכע וועט פאררעכטן די אלע מיסטעיקס און וועט זיין גרינגער און שנעלער צו נוצן, און נישט בלויז די נייע קארס מהיום והלאה וועלן דאס האבן, נאר אויך די אלטע וועט מען אפגרעידן די סאפטוועיר. נאך אלעס איז עס בלויז א סקרין און די סאפטוועיר קען מען טישן בכל עת מצוא.
די עיקר מעלה פון דעם סיסטעם איז די אינטערטעינמענט און קאנקשאנס. עס פארבינדט זיך מיטן טעלעפאן, אדער מיטן mp3 שפילער, ער ליינט אפ די ניגונים, די טעקסט מעסעזשעס, ער ליינט עס פאר הויך פארן דרייווער כדי נישט צו ווערן געשטערט פונעם דרייוון, און דער דרייווער קען צוריק רעדן צו לאזן אן ענטפער, און נאך פילע פילע אינטערעסאנטע פיטשעווקעס וואס איז נישט דער פלאץ דא אויסצורעכענען.
פארד האט לעצטע יאר ארויסגעגעבן א נייע טעכנאלאגיע אויף די נייע “עקספלארער” אויטאס, וואס רופט זיך “קארוו קאנטראל”, דאס ארבעט אז אויב מען פארט צו שנעל אויף א געדרייטע ראוד, בפרט אויב מען דארף ברעיקן (למשל מען פארט אריין פון א הייוועי צו א עקזיט) טוט דער סיסטעם האלטן קאנטראל אויף דעם קאר אז דער דרייווער זאל ח”ו נישט פארלירן קאנטראל, ווי די סטאטיסטיקס ווייזן אז איינע פון די פלעצער וואו עס פאסירן פילע עקסידענטס איז אויף פלעצער ווען מען דארף ברעיקן אויף שטארק-געדרייטע ראודס.
פארד האט אויכעט שוין עטליכע יאר א “סעלף-פארקינג” סיסטעם. מען דארף זיך מער נישט לערנען פאראלעל פארקינג. אויב זעהט איר אז איר האט בדוחק פלאץ זיך אריינצושטופן אין א געוויסן פארקינג ספעיס אבער איר קענט דאס נישט מענעדזשן, דאן לאזט דאס איבער פאר אייער אויטא. פשוט דרוקט א קנעפל, און וואונדער איבער וואונדער, דער אויטא פארקירט זיך פון זיך אליינס, ווי א גרויסע אינגל! דאס האבן זיי נאכגענומען פון געוויסע “לעקסוס” מאדעלן, אבער צום איבערראשונג פון די מידיא לייט, מאכט פארד די ארבעט פיל בעסער און פונקטליכער!
יעצט אויף 2012 האט פארד געמאלדן נאך א נייע טעכנאלאגיע, וואס רופט זיך “לעין-קיפינג טעקנאלעדזשי”, וואס מאכט זיכער אז דער דרייווער בלייבט אין זיין לעין און גייט נישט ארויס דערפון אומווילענדיג (למשל מידערהייט). דער סיסטעם ארבייט אז עס זענען פאראן סענסארס וועלכע ליינען אפ די מארקס פון די לעינס, און אויב שפירט עס אז דער מענטש פארט ארויס, הייבט אן קלינגען און פייפן און לעקטערלעך בליצן אינעם אויטא, און דער סטירינג-ווהיל הייבט אן ווייברעיטן און ציטערן, אזוי אז דער מענטש וועט זיך אויפכאפן פון זיין שלאף, אדער סעלפאון סקרין, און אויב וועט די קאר שפירן אז דער דרייווער איז מיד, וועט ער נישט ענדיגן ציטערן ביז מען וועט אפשטעלן דעם אויטא גענצליך און עפענען דעם דרייווערס טיר!
קומענדיגע וואך אי”ה וועלן מיר רעדן פון נאך עטליכע אינטערעסאנטע טעכנאלאגישע וואונדער וואס פארד בויעט אריין אין זייער אויטאס, צב”ש MyKey, אדער Auto Dry Brakes, און אויטאמאטישער טראנק עפענער. אויך וועלן מיר בעז”ה אויסשמועסן דעם נייעם 2012 טאיאטע קעמרי וועלכע איז די חודש ערשינען אויף די מארקעט.

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. איבערבליק אויף די אויטאמאביל מארקעט
  2. ניייעס - האנדא און פארד (This post)