ווי גוט קענט איר האנדלען?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: ויצא תשע"ב · בעל-בית נומער: 51 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/ווי-גוט-קענט-איר-האנדלען/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווי גוט קענט איר האנדלען?

אין די היינטיגע צייטן, באקומט איר נישט וואס איר בעט, איר באקומט לויט ווי גוט איר האנדלט. אויב ווייסט איר די קונצן ווי אזוי צו האנדלען גוט, קענט איר נאך זיין איבערראשט צו באקומען א העכערונג אין באצאלט וואס איז נאך העכער ווי אויף וואס איר האט זיך געראכטן.
פאלגנד איז א ליסטע פון צען שריט וואס איר זאלט נעמען אויב ווילט איר האנדלען גוט.
1. ווייסט וואס איר ווילט… און וואס זיי ווילן
ווי פשוט דאס הערט זיך, איז עס דאך שווער איינצופירן. איר דארפט וויסן פונקטליך וואס איר ווילט ארויסבאקומען פון יעדעס האנדלונג. ווארט נישט אז דער צווייטער צד זאל ארויסברענגען זייער פאזיציע כדי צו וויסן וואס אייער וועט זיין. דאס קען גורם זיין אז איר זאלט טוישן אייער פאזיציע אומבאמערקטערהייט.
2. זייט געדולדיג
אומגעדולד פון אייער זייט קען אייך מאכן אויסזעהן ווי אן אומבאהאלפענער אין דעם פעלד פון האנדלען. אויב כאפט איר זיך גלייך צו צום ערשטן אפער, אן טראכטן אויב דאס איז באמת וואס איר האט אינזין געהאט ווייזט איר אז איר ווייסט נישט וואו איר שטייט.
3. ווייסט דעם העכסטן פונקט
עס מאכט זיך אפט ביי א ליציטאציע אז א מענטש ווערט אזוי פארטיפט אין דעם ביד אז ער כאפט זיך נישט אז ער גייט העכער ווי ער האט אריגינעל געפלאנט צו גיין. מאכט זיכער אז איר ווייסט וויפיל איז דאס מערסטע אדער ווייניגסטע אויף וואס איר וועט זיין גרייט צו אננעמען.
4. וואס איז באמת וויכטיג דא?
גרייט אייך צו פון פאראויס צו וויסן וואס אייערע פריאריטעטן ביי דעם האנדלונג וועלן זיין און מאכט זיכער אז איר שטעלט זיך צו צו זיי. פאלט נישט פאר אנדערע החלטות אויב דאס איז נישט וואס איר האט אינזין געהאט.
5. שטעלט אייך צו
טראכט וואס דער אנדערער צד וויל באמת פון אייך און ווייזט ווי אזוי איר זענט פונקט דער וואס קען דאס ערפילן פאר זיי- פאר א פרייז.
6. פרובירט צו מאכן א געווין-געווין האנדלונג
קומט אויף מיט א וועג אז ביידע צדדים זאלן ארויסגיין העכסט צופרידן.
7. טרעפט ארבעטסבארע פשרות
טראכט פון פאראויס וואס איר וועט זיין גרייט אויפצוגעבן כדי צו אויסשטעלן א פשרה וואס געבט נישט נאך אויף אייערע פריאריטעטן (ווי מיר האבן שוין גערעדט ביי #4)
8. שאצט אייך קיינמאל אונטער
דאס איז עפעס מיט וואס איר מוזסט לעבן, און ספעציעל געדענקען ווען עס קומט צו האנדלען, נאכדערצו ווען יענער האט א געשליפענעם צינגל.
9. האלט זיך ביי אייערס
געבט נישט נאך אויב איר ווייסט אז דאס וואס איר ווילט צושטעלן איז גוט און ארבעט זיך אויס גוט פאר ביידע זייטן. זייט אלעמאל גרייט אוועקצוגיין דערפון אויב עס איז נישט גוט פאר אייך.
10. דאקומענטירט דעם האנדלונג ווי אומשנעלסטן
איינמאל וואס איר האט אויסגעפירט דעם האנדלונג און איר זענט ביידע צופרידן, טוהט דאס גלייך ארויסשרייבן און אונטערחתמ’נען. די סיבה דערצו איז פארשטענדליך: איר ווייסט נישט וואס דער מארגן קען ברענגען.
און נאכדעם וואס אלעס איז אדורך בשלום, סעלעברירט! מזל טוב!

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. דער פינעף פארוואס'ן מיטל
  2. איינצלהייטן, איינצלהייטן, איינצלהייטן
  3. ווער זענט איר?
  4. דרינגנד מיינט נישט אלעמאל וויכטיג
  5. 5 יסודות אין ביזנעס און ארבעט הצלחה
  6. וואשט איר א געדינגענע קאר?
  7. קענט איר מיר זאגן פארוואס
  8. ארויף אדער אראפ
  9. א שלעכטע טאג מיינט נישט א שלעכטע לעבן
  10. אבער!
  11. מר. געלעגנהייט
  12. קומט מיט מיר און איך וועל אייך ווייזן
  13. ס'איז נאר דא איין דו; זיי זיך אליינס!
  14. זייט וועלט-בארימט
  15. א רעצעפט פאר דורכפאל: נישט אפבינדן
  16. מיין בעסטע פריינט
  17. די וואס זאל איך "נישט" טוהן ליסטע
  18. וואס מיינט איר צוזאגען?
  19. די מייסטערשאפט פון איבערגעבן פליכטן
  20. איז עס צייט צו שניידן?
  21. אויסשארפען די מעסער
  22. ווי אזוי צו זאגן ניין
  23. זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?
  24. ביזנעס איז געוואלדיג!
  25. די אויפמערקזאַמקייט שטאַפּל אין ביזנעס
  26. קלארע צילן
  27. האט איר א ביזנעס אדער א פארש צענטער?
  28. לאמיר מאכן אן החלטה
  29. מאכט אייער טאג געלונגען מיט איין “געלונגענע שעה”
  30. איר זעהט אויס אויסגעמוטשעט!
  31. דער שניי ווייסער בליק
  32. דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג
  33. ווי אזוי שטייט דאס איי?
  34. דעם ריכטיגן איינעם
  35. וועלכער איז דער ריכטיגער וועג?
  36. וואס זאל איך פארקויפן?
  37. ווי אזוי פירט איר אייער געשעפט?
  38. באנייען און דערפרישן
  39. זענט איר אן אנפירער?
  40. דארף אייער ביזנעס אויך אן ערב פסח רייניגונג?
  41. זענט איר א פייערלעשער?
  42. זענט איר "אין די גוסטע?"
  43. פארוואס זאלט איר ריזיקירן?
  44. ווילט איר זיין מער שעפעריש?
  45. באקענט אייך מיט אייערע קליענטן
  46. צושטעלן א ברייטע אויסוואל
  47. זייט אמת'דיג- עס לוינט זיך!
  48. ווי גוט קענט איר האנדלען? (This post)