מיר זענען צופרידן צו מעלדן איבער א נייע הנחה וואס מיר האבן אויסגעארבעט פאר בעל בית מעמבערס. מיט די בארימטע פרינט-אוט פירמע אין וויליאמסבורג.
אויסגעצאלטע בעל-בית מעמבערס וועלן קוואליפיצירן פאר א הנחה ביז אזויפיל ווי 25 פראצענט! איר וועט דארפען בעטן די הנחה עס צו באקומען. אויב איר עפענט אן אקאונט מיט זיי, קענט איר בעטן אז עס זאל ווערן ארויפגעלייגט אויף די אקאונט און דאן וועט איר אויטאמאטיש באקומען די הנחה ביי יעדע ארדער.
*
מיר האבן אויך באוויזן צו באקומען פון די וועב חבר פירמע צוויי אויסגעצאלטע יערליכע סובסקריפציעס צו זייער הויפט סערוויס און פילטערינג. א ווערט פון איבער 70 דאלער יעדעס איינע.
אלע אויסגעצאלטע מעמבערס וועלן אויטאמאטיש אריינגיין אין די גורל.
אויב איר זענט נאכנישט קיין מעמבער און איר פלאנט צו ווערן, איז יעצט די ריכטיגע צייט כדיאריינצוכאפן א טשאנס צו זיין איינס פון די צוויי געווינער.
צו ווערן א מעמבער, און פאר מער פרטים, ביטע קליקט די פאלגענדע לינק
http://www.balboos.com/content/membership
אויב איר האט סיי וועלכע שאלות איבער מעמבערשיפ, פילט אייך פריי צו פרעגן דורך די אימעיל אדרעס
mail@balboos.com
*
ווי איר זעט אוודאי, האבן מיר בעזהי”ת אנגעהויבן מיט א נייע קאלום “ביזנעס פראפיל”, ווי מיר וועלן אריינבליקן אין היימישע ביזנעסער און אונטערנעמונגען. אין די פארעם פון א אינטערוויו מיטן אייגענטומער, און צומאל ווי א באשרייבונג.
די צילן זענען צוויי פאכיג, איינס, צו געבן די געלעגנהייט פאר אונזערע ליינער צו זען און הערן און עפעס נאשן פון די ערפארונג פון אנדערע היימישע מוצלח’דיגע ביזנעסלייט.
צווייטענס, מיר ווילן געבן די געלעגנהייט פאר היימישע ביזנעסלייט זיך פארצושטעלן פארן ציבור, אראפלייגן וואס זיי קענען צוגעבן אדער ארויסהעלפן דעם עולם, אזוי ווי דוד המלך ע”ה האט שוין ג’עצה’ט, לכו והתפרנסו זה מזה.
אויב זענט איר אינטערעסירט פארצושטעלן אייער ביזנעס אין די בעל בית פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל
*
ווי איר זעט האבן מיר נישט אריינגעשטעלט די וואך און פארגאנגענע וואך די פארזעצונג איבער סטיוו זשאבס, עס וועט ווייטער ערשיינען אי”ה קומענדיגע וואך.
*
מיר דאנקן זייער אלע ליינער וואס נעמען זיך די מי און שרייבן אונז קאמפלימענטן און חיזוק, מיר האבן אויסערגעווענליך הנאה דערפון און עס געבט אונז מוט אנצוגיין מיט די ארבעט. נאכמער זענען מיר דאנקבאר פאר די בריוון מיט קאנסטרוקטיווע קריטיק, הערות און געדאנקען, וואס העלפן אונז פארשענערן און פארבעסרן דעם ריכטונג און גאנג פון דעם בעל בית אז עס זאל זיין די מערסטע אינטערעסאנט און רייך וואס מעגליך.
פארשטייט זיך אז מיר דריקן נאר וואס עס אינטערעסאנט פארן ברייטן ציבור, אבער יעדע אימעיל ווערט געליינט, גענומען אין באטראכט און ווערט געענפערט.
מיר קוקען ווייטער ארויס צו הערן פון אייך.
מיט כבוד
די רעדאקציע