מאיר העלמאן: איידער מיר גייען ווייטער וואלט איך געוואלט אונטערשטרייכן נאך א זייער וויכטיגע מעגליכקייט וואס מיר שטעלן צו בנוסף צו די “קאווענענט אייס פירמע” ספעציעל געאייגענט פאר די היימישע געברויך.
יוחנן שיף: אדרבא…
מ.ה.: מיר האבן באוויזן צו ערצייגן פארשידענע “גרופע מעגליכקייטן” וואס קענען ווערן קאסטומייזד לויטן געברויך פון א שול אדער א חבורה. צב”ש, מען קען אנשטעלן אז אין א געוויסע גרופע זאל דער אנפירער פון די גרופע נאר קענען זען די נעמען פון די מעמבערס אבער נישט זייערע אקטיוויטעטן. די דעטאלירטע באריכטן וועלן נאר געזען ווערן דורך די חבר אדער מורה דרך וואס דער מעמבער קלויבט אויס. אויב וויל מען אז דער גרופע אנפירער זאל זען מער, ווי א “סך הכל” באריכט, אדער א פולע דעטאלירטע באריכט, קען מען שאס אויך אהערשטעלן.
י.ש.: איז דא א פארלאנג פאר אזא סארט סערוויס?
מ.ה.: זיכער! מיר האבן איבער פופציג אזעלכע סארט גרופעס, פון בתי חינוך, שולן און אנדערע ארגענעזאציעס וואס פארלאנגען פון זייערע מעמבערס זיך אנצושליסן אין וועב חבר, אבער זיי ווילן נישט קאנטראלירן די מעמבערס פריוואטע באניץ, זיי ווילן בלויז מאכען זיכער אז מען איז טאקע אנגעשלאסן אין וועב חבר און מען באנוצט זיך נישט מיט אומקאנטראלירטע אינטערנעט.
י.ש.: איר האט ערווענט אז וועב חבר איז א “נאן פראפיט” ארגענעזאציע, איז עס ווירקליך אזוי? קיינער פארדינט נישט קיין געלט דערויף?
מ.ה.: אלע ארבייטער אין וועב חבר ארבייטען ווי וואלענטורן, עס מאכט זיך צומאל אז ארבייטער זאל באקומען א קליינע געהאלט ווען זיי לייגן אריין איבעריגע שעות וואס זיי קענען נישט אנדערש נאכקומען. וועב חבר איז אבער געגרינטעד געווארן – און גייט אן לשם מצוה, עס איז שוין געווארן אריינגעלייגט טויזענטער שעות – און עס ווערן ווייטער אריינגעלייגט הונדערטער שעות יעדן חודש גענצליך בלי תשלום גמול.
און טאקע דערפאר קענען מיר געבן אזא ביליגע פרייז, ווייל מיר זןכען נישט צו פראפיטירן דערפון.
י.ש.: איך וויל נישט סתם טרייבערן, אבער איך מיין אז מיינע ליינער וועלן גלייך פרעגן, היות איר נעמט דאך געלט פאר אייער סערוויס, מאכט זיך נישט אז עס דא איבעריגע געלט? וואס טוט מען דערמיט?
מ.ה.: (שמייכעלט) אדרבא, איך האב הנאה אז איר פרעגט, די תירוץ איז פשוט, דערווייל האבן מיר קיינמאל נאך נישט געהאט די פראבלעם פון איבעריגע געלט..
אויב עס וועט זיך אמאל מאכן אזא סארט פראבלעם וועלן מיר דעמאלס מאכן א באשלוס דערוועגן, ווארשיינליך וועלן מיר שניידן די פרייזן אין אזא פאל.
אדרבא, מיר קומען נישט אויס דערווייל, און מיר נעמען אן באשטייערונגען פון נדיבי לב.
י.ש.: איר באקומט טאקע נדבות פון מענטשן?
מ.ה.: מיר באקומען ב”ה, אויף עטליכע אופנים, מיר האבן א פראגראם ווי באנוצער קענען אויסוועלן ביים איינשרייבן צו צאלן א דאלער מער פער חודש אלץ נדבה צו האבן א חלק אין אונזער ארבעט, מיר האבן אויך אויף אונזער זייטל א אפציע פאר מענטשן וואס ווילן ספאנסערן און האבן די זכות פון איין מעטש א יאר, פאר $36. אדער אנדערע סכומים, אע נדבות זענען טעקס דידאקטעבל.
י.ש.: צו וואס זאל מען מנדב זיין פאר אנדערע מענטשן? יעדער צאלט דאך פארן אייגענעם באנוץ?
מ.ה.: ניין, נישט יעדער צאלט, מיר געבן די סערוויס פאר יעדן! אויב איינער האט נישט צו באצאלן געבן מיר פאר ביליגער אדער אומזינסט. ווי ערווענט, אונזער ציל איז אהערצושטעלן א שמירה אויף די אינטערנעט פאר יעדן איד, געלט איז נישט קיין צוריקהאלט. ווען מיר וואטלן געווען בכח וואלטן מיר צוגעשטעלט די סערוויס פריי פאר יעדן.
י.ש.: וואס איז די פראצעס צו ווערן קוואליפיצירט צו באקומען וועב חבר אומזינסט? און ווי אזוי קענט איר טאקע וויסן צו עס איז טאקע אזוי און אז מענטשן אביוזן נישט דעם סיסטעם?
מ.ה.: מיר נעמען אן יעדן וואס זאגט אז ער איז נישט בכח צו צאלן די פרייז. וויבאלד אונזער פרייז איז אזוי נידעריג, גלייבן מיר אז אויב איינער זאגט אז ער איז עס נישט בכח צו צאלן איז ער טאקע אנגעוויזן אויף די הילף.
י.ש.: איך וואלט געוואלט פרעגן נאך א שאלה וואס איז מעגליך אביסל “אריבער די גרעניץ” פילט רואיג עס צו איגנארירן אויב איר ווילט נישט ענטפערן.
פירמעס ווי Jnet אין אמעריקא אדער נט-צח אין ארץ ישראל האבן אינוועסטירט שווערע געלטער אין אהערשטעלן א קאמפליצירטע און קאסטבארע אינפראסטרוקטור אהערצושטעלן א סאפיסטיקירטע פילטערינג סיסטעם, איז ריכטיג צו קאנקורירן מיט זיי מיט אזעלכע נידעריגע פרייזן וואס קענען זיי ארויסשטעלן פון ביזנעס? וואס איז אייער בליק אויף די נושא?
מ.ה.: איך קוק נישט אן וועב חבר ווי א קאנקורענץ מיט די א.ד. פירמעס, אדרבא, מיר רעקאמאנדירן פאר יעדן אויף אונזער וועב זייטל זיי צו נוצען. איך פערזענליך נוץ א פילטער פון אזא סארט פירמע ביי מיר אינדערהיים אין צוזאמענהאנג מיט וועב חבר. אין געוויסע אספעקטן קען סאפטוועיר זיך נישט פארמעסטן מיט א קאמפלעט געפילטערטע אינטערנעט סערוויס פראוויידער.
לעומת זה, וועב-חבר איז גוט פאר מענטשן וואס קענען נישט האבן די א.ד. פילטערס צו ווייל די פילטערס זענען זייער באגרעניצט געאגראפיש, עס איז נאר דא אין געוויסע געגענטן, צו פאר מענטשן וואס זייערע געברויכן שטימען נישט מיט די פילטערס צוליב פארשידענע סיבות. פאר זיי שטעלן מיר צו א אפציע וואס בלאקירט נישט די סייטס אבער עס איז דא א “עין רואה” , ווי אויך איז עס ענליך צו די איסור יחוד וואס חז”ל האבן מתקן געווען, נעמליך אז אויב איז דא איינער וואס האלט מיט גיבט דאס די שטארקייט אז מען זאל נישט דורכפאלן. אויך ווערט עס גענוצט דורך מענטשן – א שטייגער ווי איך- וואס ווילן מוסיף זיין אין שמירה – א שטיידער ווי הויזן טרעגער און א פאסיג… און נוצן וועב חבר בנוסף צו די פילטער, צו זיין אפגעהיטן פון שלעכטע סייטס וואס ווערן דורכגעלאזט צומאל דורך די פילטערס
י.ש: פארוואס דארפט איר צוקומען צו א פרעמדע פירמע פאר פילטערינג ווען וועב חבר שטעלט צו פילטערינג סערוויס אויך? איז וועב חבר’ס פילטערינג נישט אזוי גוט ווי זייער?
מ.ה.: איך וויל פשוט נישט האבן אין שטוב גיין אומגעפילטערטע קאנעקשאן (די וועב חבר פילטער זיצט אויפן קאמפיוטער, בעת די א.ד. פירמעס פילטערן עס אויף די סערווער נאך איידער עס קומט אן. י.ש.) אויב עס מאכט זיך אמאל א גאסט נוצט עס, אדער אויב א קינד וועט פארשאפן א כלי וואס קען זיך באהעפטן, עס איז איז א ענין פון ולמהדרין מן המהדרין.
המשך קומט אי”ה
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- ביזנעס פראפיל: וועב חבר
- ביזנעס פראפיל: וועב חבר -2 (This post)