פארגרעסערן און פארקלענערן טעקסט
זענען די ווערטער אין א וועב זיייטל צו קליין פאר אייער געשמאק? א זייער פראקטישע און גרינגע קיבאורד שארטקאט וואס ארבעט אין אלע בראוזערס וועט מאכן גרעסער אדער קלענער די ווערטער לויט אייער געשמאק.
דריקט קאנטראל און “סקראללט” מיט די מייז רעדל ארויף צו פארגרעסערן און אראפ צו פארקלענערן.
די שארטקאט ארבעט אויך אין פיל אנדערע פראגראמס ווי ווארד און פאטאשאפ. פרובירט עס אויס, עס איז פשוט א געשמאק.