קלענערע טעלפאן פירמעס זענען נישט ערגער פון ווערייזאן
לגבי וואס איינער שרייבט אין א בריוו די מעלות פון ווערייזאן לגבי פרייזן אין פיטשערס, עס איז נישט אמת, מען קען האבן בעסערע DSL פאר ביליגערע פרייזן ביי סעלעקט טעל.
חוץ פון האבן בעסערע סערוויס, ווייל ס’זייער ליינס, איז ווערייזאן מיט גארנישט בעסער, פינטל.
*
עס זענען דא אנדערע קאמפאניס (xchange) וואס רעכנען פאר Distinctive Ring נאר 2.95 נישט 7.25 אויך אינטערנעט רעכענט (xchange) נאר 9.95.
(-)
סעלעקטן גראפיקס אין נייערע ווארד ווערסיעס
איך ווייס נישט ווי שטארק דער עולם איז באקאנט מיט די ביסל גראפיקס טאלס וואס מען קען נוצן אין ווארד. אודאי קומט עס נישט צו לקרסולי רגליו פון סיי וועלכע גראפיקס פראגראם, אבער עטליכע פשוט’ע פונקציעעס מען קען טון אין ווארד מיט בילדער, אדער אבדזשעקטס. ווצב”ש, Group אדער Ungroup; מען קען סעלעקטירן בלויז עטליכע אבדזשעקטס אדער אלע, און אויף איינמאל אלעס גרעסער אדער קלענער מאכן, אליינען און דיסטריביוטן, א.א.וו.
פאר די וואס ווייסן דערפון און נוצן דאס, שטויסן זיך אן אין א שטיקל פראבלעם אין די נייערע ווערסיעס פון ווארד – אנגעהויבן פון 2007 און ארויף. אויף די עלטערע ווערסיעס, 2003 און בעפאר, אויב האט מען געוואלט סעלעקטן אלע אבדזשעקטס אין א געוויסע פלאץ, ווען מען האט געדריקט דעם “סעלעקט” טאל, האט מען געקענט אזוי מאלעווען א באקס ארום די אבדזשעקטס, און אלעס אין דעם באקס איז געווארן סעלעקטעד, עס האט געארבעט א מחי’ און וואנדערבאר. עס האט געשפארט אסאך צייט. דהיינו אנשטאט סעלעקטן למשל צעהן קליינע אבדזשעקטס אין איין געוויסע פלאץ, האט מען געקענט מיטן מייזל מאכן א באקס ארום די אלע אבדזשעקטס, און אלע אבדזשעקטס וואס דער באקס האט ארומגענומען, איז געווארן איינגעשלאסן אין דעם סעלעקשאן.
אין די נייערע ווערסיעס פון ווארד, ווי דערמאנט, ארבעט עס מער נישט אזוי, מען קען מער נישט אויף איינמאל אלעס סעלעקטן. מען מוז יעדע אינדיווידועלע אבדזשעקט באזונדער סעלעקטן, וואס איז א אפקומעניש בכלל, בפרט ובפרט פאר איינעם וועלכער איז צוגעוואוינט צו דעם אלטן גרינגן אופן.
מייקראסאפט טענה’ט אז די נייערע ווארד ארבעטן אויף אן אנדער סארט ארכיטעקטור אינגאנצן, און אויף יענעם פונדאמענט קען מען נישט האבן די מעגליכקייט צו מאכן דעם באקס כדרכם מאז ומקדם.
אלס א שטיקל ווארק-אראונד פאר דיי וואס גייען ניסלעך דערוועגן (אזוי ווי מיר), איז די עצה אז מען זאל סעיוון דעם פייל ווי א ווארד 97-03 פייל (מען מאכט דאס ביי Save As), און דאס סעיווט זיך אויפן אלטן פארמאט און ארכיטעקטור בלע”ז, און עס ארבייט א מחי’. איינמאל איר ענדיגט סעלעקטירן און פארענדיגן די ענינים, קען מען עס צוריק סעיוון צו די נייערע פארמאט און הנאה האבן פון די נייערע פיטשערס (בפרט אין 2010 האבן זיי גאר אסאך אינטערעסאנטע זאכן צוגעלייגט פאר גראפיקס און ווארד-ארט).
געדענקט, GROUP איז נאר שייך ווען עס איז פאראן מער ווי איין זאך, אבדזשעקט אדער בילד. דו קענסט סעלעקטן עטליכע אבדזשעקטס און זיי “גרופירן” אין איין GROUP, און פון דאן און ווייטער אויב רוקסט איינס רוקט זיך אלעס צוזאמען, און אזוי אויך אויב מאכסטו איינס גרעסער/קלענער, וועט זיך די גאנצע גרופע אייניג באטייליגן.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=15&page=13
פארשפארן א פאלדער אין ווינדאוס
פראגע: ווי אזוי מען קען ארויף לייגן א שלאס אויף א פאלדער אפילו פארן זעלבע USER ?
ענטפער: מען קען “אינקריפטן” א פאלדער, רייט-קליק אויפן פאלדער גיי צו די לעצטע שורה “פראפערטיס”, און קליק אויף ADVANCED. וועסטו טרעפן צווישן די זאכן דארט.
אדער קען מען דאונלאודן דריטע-פארטי סאפטוועיר וועלכע טוען דאס.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=15&page=15
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
זוכט: water cooler – דעליווערי סערוויס?
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=296
דעבאטע: זענען מוסדות בארעכטיגט צוצולייגן פארשידענע שטייערן חוץ שכר לימוד
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=298
טעסק פראגראם: עני.דא פאר אנדרואיד.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=273&page=3