ווארט פון רעדאקציע

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: וארא תשע"ב · בעל-בית נומער: 56 · דאטום: 2012-01
http://www.balboos.com/content/2012/01/ווארט-פון-רעדאקציע-11/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווארט פון רעדאקציע

א אויסגעהאלטענע שטר אהערגעשטעלט דורך א מומחה קען פארשפארען פיל עגמת נפש אויף טריט און שריט אין עולם המסחר, דערפאר זענען מיר צופרידן צו מעלדן איבער א נייע הנחה וואס מיר האבן אויסגעארבעט פאר בעל בית מעמבערס אויף אלע ערליי הלכה’דיגע שטרות מיט הרב יואל הכהן כ”ץ – מומחה ומוסמך.
אויסגעצאלטע בעל-בית מעמבערס וועלן קוואליפיצירן פאר א הנחה פון פופצען פראצענט אויף אלע ערליי שטרות.
פאר קאנטאקט אינפארמאציע און צו זען נאך הנחות פאר מעמבערס קליקט דא

http://www.balboos.com/content/מעמבער-ספעשלס

צו ווערן א מעמבער, און פאר מער פרטים, ביטע קליקט די פאלגענדע לינק

http://www.balboos.com/content/membership

אויב איר האט סיי וועלכע שאלות איבער מעמבערשיפ, פילט אייך פריי צו פרעגן דורך די אימעיל אדרעס
mail@balboos.com
*
ביזנעסלייט וואס ווילן אהערשטעלן הנחות פאר בעל בית מעמבערס, און דורך דעם דערווערבן די לאיאליטעט און הכרת הטוב פון אונזערע מעמבערס, ווי אויך זיין בארעכטיגט צו הנחות אויף אדווערטייזמענט אין בעל בית, זאלן זיך פארבינדן דורך אימעיל פאר פרטים.
mail@balboos.com
*
ווי איר זעט אוודאי, האבן מיר בעזהי”ת אנגעהויבן מיט א נייע קאלום “ביזנעס פראפיל”, ווי מיר בליקן אריין אין היימישע ביזנעסער און אונטערנעמונגען. אין די פארעם פון א אינטערוויא מיטן אייגענטומער, און צומאל ווי א באשרייבונג.
די צילן זענען צוויי פאכיג, איינס, צו געבן די געלעגנהייט פאר אונזערע ליינער צו זען און הערן און עפעס נאשן פון די ערפארונג פון אנדערע היימישע מוצלח’דיגע ביזנעסלייט.
צווייטענס, מיר ווילן געבן די געלעגנהייט פאר היימישע ביזנעסלייט זיך פארצושטעלן פארן ציבור, אראפלייגן וואס זיי קענען צוגעבן אדער ארויסהעלפן דעם עולם, אזוי ווי דוד המלך ע”ה האט שוין ג’עצה’ט, לכו והתפרנסו זה מזה.
אויב זענט איר אינטערעסירט פארצושטעלן אייער ביזנעס אין די בעל בית פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל.

מיט כבוד
די רעדאקציע

כ״א טבת תשע״ב at 10:29 am#2
ווארט פון רעדאקציע

די בעל בית האלט אין אייין צושטעלן נייע סורפרייזעס פאר די מעמבערס.
קיפ איט אפ, איך האב ב”ה זייער הנאה דערפון.