קאמפעטישאן אין אינטערנעט מארקעטינג

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: וארא תשע"ב · בעל-בית נומער: 56 · דאטום: 2012-01
http://www.balboos.com/content/2012/01/קאמפעטישאן-אין-אינטערנעט-מארקעטינג-2/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
קאמפעטישאן אין אינטערנעט מארקעטינג

אין פריערדיגן לעקציע האבן מיר ארומגערעדט איבער קאמפעטישאן, און וויאזוי מ’קען דאס אויסנוצן צו וויסן וויפיל פראפיט דער פראדוקט אדער סערוויס קען ברענגען.
אין דעם לעקציע וועלן מיר ארומרעדן איבער פארשידענע וועבסייטס און אומזיסטע אנליין tools וואס איר קענט נוצן דורכצופירן אייער ריסוירטש אויף די אינטערנעט.
איר דארפט געדענקען אז די אינטערנעט ווערט בעיקר באנוצט דורך מענטשן צו טרעפן אינפארמאציע און לעזונגען צו זייערע פראבלעמען.
וואס טוט מען אבער אז מ’טרעפט נישט די אינפארמאציע וואס מ’זוכט?
מ’פרעגט!

ס’איז דא עטליכע פלעצער וואו א מענטש קען גיין צו פרעגן זיין פראגע, און מיר וועלן אויסרעכענען עטליכע דערפון.

1) פארומס. א פארום איז אזוי ווי א מיטינג פלאץ פאר מענטשן וואס קומען איבערשמועסן א געוויסע טעמע מיט אנדערע וואס האבן אן אינטערעסע אין די זעלבע טעמע. צב”ש, אויב האט איר אן אויסשלאג אויף די האנט וואס קומט ארויס יעדן סוף טאג, וועט איר גיין זוכן אינפארמאציע דערוועגן אויף די פארומס, און איר וועט ווארשיינליך טרעפן א געזונטהייט פארום ווי א מענטש מיט אן ענליכע פראבלעם שרייבט איבער א גוטן דאקטאר אדער מעדיצין וואס ער האט גענוצט.

2) גוגעל’ס External Keyword Tool. דאס איז א געוואלדיגע געצייג וואס אסאך אינטערנעט מארקעטערס נוצן דורכצופירן ריסוירטש אויף א געוויסע keyword (מער איבער קיווארדס וועט איר ליינען אין די קומענדיגע לעקציעס). גוגעל האלט א פונקטליכע רעקארד פון אלע “זוך טערמינען”, וואס מענטשן האבן געזוכט, וויאזוי זיי האבן דאס געזוכט, און וועלכע רעזולטאט מ’האט די ערשטע געדרוקט נאכ’ן זוכן. איר קענט נוצן דעם סיסטעם צו זעהן וועלכע ווערטער מענטשן האבן גענוצט צו זוכן דעם פראבלעם, און לויט דעם וועט איר וויסן וואס איר דארפט צושטעלן פאר די מענטשן.

3) “יאהו ענסערס”. יאהו האט אויפגעשטעלט א סייט וואו מענטשן קענען פשוט קומען און פרעגן שאלות אויף זייער אייגענע שפראך און אויסדרוקן, און מענטשן וואס זעען די שאלות קענען ענטפערן דערויף. אויב דער ארגינעלער פרעגער איז צופרידן פון איין געוויסע ענטפער, טוט ער דאס באצייכענען אלס די ריכטיגע ענטפער, און דער וואס האט דאס געענטפערט באקומט “פוינטס” פון יאהו און ווערט באצייכנט אלס “עקספערט”. איר קענט דורכקוקן “יאהו ענסערס” צו זעהן וואס מענטשן פרעגן און ווי אפט זיי פרעגן, כדי צו באקומען א שטיקל אהנונג וואספארא אינפארמאציע אסאך מענטשן זוכן.
נעמט אייך אראפ אביסל צייט צו באזוכן די דריי דערמאנטע פלעצער, און איר וועט צוביסלעך אנהייבן הנאה צו האבן פון מאכן ריסוירטש איבער אינטערנעט מארקעטינג. פאר אסאך מענטשן ווערט עס שנעל נמאס, אבער אויב איר וועט טרעפן א פלאץ וואו איר קענט מאכן געלט וועט עס אייך נישט נמאס ווערן, ובפרט אויב איר טרעפט א מארקעט וואס אנדערע האבן נאכנישט אנטדעקט און איר האט די ריכטיגע כלים צוצושטעלן די אינפארמאציע וואס מענטשן זוכן אין דעם פעלד.