די עקספעריענס!

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: וארא תשע"ב · בעל-בית נומער: 56 · דאטום: 2012-01
http://www.balboos.com/content/2012/01/די-עקספעריענס/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
די עקספעריענס!

איין נאכמיטאג, האב איך גענומען א שפאציר אין א שיינער געגנט און זיך אראפגעזעצט פארנט פון א הערליכער האטעל. די וועטער איז געווען אויסערגעווענליך שיין און די אטמאספערע איז געווען גאר רוהיג. די גרויסע ביימער און רוהיגע מוזיק האבן פיל צוגעגעבן. דער עקספעריענס איז געבליבן זייער קלאר ביי מיר אין מח, און ווען איך וויל זיך דערמאנען פון א רוהיגער מינוט, קומט יענער סצענע צוריק צו מיר.
עס איז נישט געווען איין זאך וואס האט גורם געווען אז דער עקספעריענס זאל זיין אזוי מערקבאר און קלאר אין מח. אלעס האט זיך אויסגעשטעלט אזוי גוט איניינעם.
אלס א ביזנעס קאוטש, ברענגט אזא זכרון ארויס די פאלגענדע שאלות:
וועלכע סארט עקספעריענס געב איך פאר מיינע קליענטן ווען זיי ארבעטן מיט מיר?
און יעדער ביזנעסמאן דארף זיך דאס פרעגן. ווען א קליענט האנדלט מיט אייך, מיט וועלכע סארט זכרונות לאזט איר אים איבער?
שפירן זיי וויכטיג אדער בלויז ווי נאך איין אקאונט נומער?
שפירן זיי זיך געשעצט?
שפירן זיי אז זיי ווייסן וואס גייט פאר אינעווייניג, אדער זיי זענען ווי יעדעם איינעם?
איז עס גרינג און באקוועם פאר זיי צו ארבעטן מיט אייך און אייער שטאב, אדער מוזן זיי זיך צושטעלן צו אייך צו קענען זיין א קליענט?
איר מוזט נעמען א טריט אויף צוריק און באטראכטן דעם בילד פון אינדרויסן. וועלכע סארט “עקספעריענס” געבט איר פאר אייערע קליענטן? געדענקט אז נישט איין זאך איז גורם א גוטער עקספעריענס; עס איז א צוזאמענשטעל פון עטליכע פאקטערן.
א קלוגער ביזנעס טאקטיק איז צו געבן פאר קליענטן דעם בעסטן עקספעריענס וואס איז נאר מעגליך. אלעס ווענדט זיך אין די געפיל וואס איר געבט און די זכרונות וואס פארבלייבן מיט זיי.