ש.פ.
המשך פון פריער
אין די גאנצע דריי וואכן האבן מיר זיך באנוצט מיט א סעלפאון, וואס מיר זענען געווען איבערגליקליך אז אונזער פריוואטע טעלעפאן פירמע האט “געפארווערד” אונזער היים נומער צום סעלפאון. אבער עס איז פארט ווייט ווייט פון א געהעריגע היים טעלעפאן.
דער בחור הזעצער האט נאכנישט אויסגעפונען קיין וועג וויאזוי צו שילדערן בוכשטאבליך “דריי וואכן ווארטן”…
ווען דער טאג איז אנגעקומען זענען מיר שוין געווען גענוג פארזיכטיג נישט צו זיין אינדרויסן פונדערהיים אויף קיין איבריגע מינוט. צום סוף טאג 7 אזייגער ווען מיר האבן געזען אז אין קול ואין עונה, האבן מיר זיך דערוואגט צו אנרופן אונזער פירמע פרעגן ווען ווערייזאן וועט דא זיין, איז דער קאלטער ענטפער געווען “ווערזייאן איז שוין דארט געווען, זיי האבן געקוקט אינדרויסן ביי די קעיבל באקס, און זיי זאגן אז זיי זעהן נישט קיין שום פראבלעם, לכאורה איז דער פראבלעם אינעווייניג אין דיין הויז און דאס האט גארנישט מיט זיי”…
איר הערט? און וועגן דעם האבן מיר געמוזט ווארטן פינף וואכן!, און ווען איך בין נישט געווען “אינדערהיים” די ערשטע מאל האט מען עס געמוזט אפשטופן אויף נאך דריי וואכן, אלעס כדי צו קענען געוואויר ווערן די געוואלדיגע ידיעה אז דער פראבלעם איז א אינעווייניגסטע!
א ברירה האב איך? וועלן מיר זיך מוזן אויפסיינען אויף אינסייד ווייעריג! מיר רופן אפ אונזער טעלעפאן פירמע, מיר סיינען זיך אויף אויף די אינסייד ווייערינג סערוויס פאר א נישטיגע פרייז, און מיר באקומען אן אפוינטמענט אויף א וואך ארום.
דער טעכניקער וואס איז אראפגעקומען האט “גוט” דורכגעקוקט דעם ווייערינג סיסטעם פון אינעווייניג, און קלארגעשטעלט אז “דער פראבלעם איז קלאר א דרויסענדיגער”…
דער טעכניקער וועלכער ארבעט פאר אלע פינף היימישע טעלעפאן פירמעס (אליינס אמאל געווען א ווערייזאן איינגעשטעלטער), האט מיך ארויסגעגעבן אין א לענגערע שמועס אסאך נוצבארע אינפארמאציע וואס האט מיך געהאלפן קלאר פארשטיין די סיטואציע. ער האט מיך ערקלערט דאס וואס איך האב שוין דערמאנט אז די שלעכטע סערוויס פון ווערייזאן גייט שוין אן זינט האריקעין איירין, און גאר אסאך ליידן דערפון.
ער האט מיך אויך אנפארטרויערט אז אין די וויליאמסבורגער געגענט זענען דא פיל מער ליידנדע, צוליב וואס די קעיבל קעסטלעך פאר נייע דעוועלאפמענטס ווערן אליינס געמאכט און מען ווארט נישט אויף ווערייזאן, און ווען עס געשעט א פראבלעם ווען מען שעדיגט אנדערע ווייערס בשעת די ארבעט קען מען ווארטן וואכן און חדשים אויף ווערייזאן. (איך האף אז איך זאג עס גוט נאך…)
הפנים, וואס טוט מען? א מחלוקת צווישן מיין פריוואטע טעלע פירמע און ווערייזאן, איינער טענה’ט די פראבלעם איז פונדרויסן, און איינער טענה’ט די פראבלעם איז פון אינעווייניג…
איך האב אנגערופן מיין פריוואטע פירמע, א היימישע פירמע, וואס שוין וואכן וואס איך פרוביר צו רעדן צו איינעם העכער, צו א סופערווייזער, צו רעדן צום בעל בית וועלכע באהאלט זיך און וויל זיך נישט ארויסגעבן, אבער אייביג רעד איך צו נידעריגראנגיקער סעקרעטארטשעס, (וואס איז אגב ווייט פון פראפעסיאנאל), איך האב זיי קלארגעשטעלט אז מיין קומענדיגע שריט וועט זיין קאנסעקווענציאנאל, עס איז ביי מיר קלאר אז ווען איך וואלט געווען ביי ווערייזאן אליינס וואלט שוין דער פראבלעם לאנג געלעזט געווארן, און יעצט מוז איך ווארטן “געדולדיג” ביי מיין היימישע פירמע שוין פינף וואכן, ווייל זיי “קענען גארנישט טון” זיי זענען אנגעוויזן אויף ווערייזאן…
די סעקרעטארטשע האט ברוב רחמיה מיך פארשאפט א פרישע אפוינטמענט פון ווערייזאן אויף “צוויי וואכן” ארום, “ווערייזאן האט עס געוואלט מאכן אויף דריי וואכן, אבער איך האב זיי מסביר געווען (מן הסתם שיינערהייט) די מצב, און זיי האבן עס פריער גערוקט מיט א וואך”…
אויף מיין פראגע וואס גיי איך האבן פון א פרישע ווערייזאן וויזיט ווען זיי וועלן ווידער טענה’ן אז דער פראבלעם איז פון אינעווייניג, האט זי מיר געענטפערט אז “לכאורה” וועלן זיי עס שוין נישט טענה’ן די צווייטע מאל, ווייל יעצט האט דאך שוין אונזער טעכניקער צוריקגעווארפן דעם פראבלעם אויף זיי.
ווארטנדיג נאך א וואך און זעהנדיג כי כלתה אלי הרעה, האב איך גענומען דעם קומענדיגן און לעצטן שריט וואס האט מיר געמאכט צוריקבאקומען מיין טעלעפאן סערוויס אין צוויי טאג! דער שריט הייסט “פאבליק סערוויס קאמישאן”…
המשך יבא
א בליק אויף די חרד’ישע טעלעפאן אינדוסטריע – 3
4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2012/01/א-בליק-אויף-די-חרדישע-טעלעפאן-אינדוסטר-3/ קאפיע אין ארכיוו
איך האב שוין די לעצטע צווי חדשים פינקטליך די זעלבע פראבלעם און עד היום האב איך נישט קיין טעלעפאון און מיין סעלפאון האט מיר געקאסט $180 מער ווי נארמאל ווייל איך בין איבער געגאנגען מיניטן… יעצט האט די אידישע פירמע שוין אויפגעגעבן און מיט גרויס חוצפה האבען זיי געזאגט אז זיי קענען מער נישט העלפן און די דארפסט נעמען טעלעפאון סערוויס פון ווערייזען אבער זיי נישט באזארגט זיי האבען מיר ארויסגענומען געלט פון מיין אקאונט אפי׳ איך האב נישט געניצט קיין טעלעפאון דעיע חודש…
זייער אינטרעסאנט, איך וואלט געטוישט די נעמען און אנשטאט די פריוואטע פירמע אריינגעלייגט די נאמען “ווערייזאן”, איך האב מיט זיי מיטגעמאכט זייער אן ענליכן דורכגאנג ביז איך האב גערופן פאבליק סערוויס קאמישאן און דער פראבלעם איז דעם נעקסטן טאג געווארן באהאנדלט.
מעגליך אז דו האנדלסט מיט אן אומפראפעסיאנעלן פירמע, אדער איך וואלט ליבערשט געזאגט אז דאס איז א ווערייזאן פראבלעם, צומאל האבן זיי ליב צו באהאנדלען די קונדן פון אנדערע פירמעס ווי “צווייטע קלאס”, דאס קענען זיי אבער נאר טון ביי פדי פירמעס וואס לאזן זיך פון זיי..
איך האב געהאט סערוויס ביי איין פירמע, און דערנאך ביי “טעלזעק” און מיינע פראבלעמען זענען געלעזט געווארן שנעלער ווי א געווענליכער ווערייזאן קאסטומער!
אפשר קענט איר מסביר זיין וואס דאס איז פאבליק סערוויס קאמישען איך ווער שיעור נישט צידרייט נאכן אראפנעמען 5 טעג פון די ארבעט פאר ווערייזען און די לעצטע מאל בין איך שוין געשטאנען ביים פענסטער א גאנצע טאג אז זיי זאלען נישט קענען זאגען קיין ליגענט אז זיי זענען געוועהן דארט… אונמיטען טאג האב איך געזעהן א ווערייזען טראק ״אריבער פארען״ מיין הויז און ער האט ארויס געקוקט פון פענסטער און ער איז ווייטער געפארען סוף טאג נאכן נישט אנקומען קאלל איך אן וועריזען און זיי האבען זיך מודה געווהן אן קיין בישה אז די מענטש איז נאר אדורך געפארען איך גלייב אז אייביג מאכן זיי דעיס אבער קיינער באמערקט נישט… און זיי האבען זיך אפי׳ נישט אנטשילדיגט.