סטיוו זשאבס – 6

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: וארא תשע"ב · בעל-בית נומער: 56 · דאטום: 2012-01
http://www.balboos.com/content/2012/01/סטיוו-זשאבס-6/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סטיוו זשאבס – 6

המשך – די מעק
ווי ערווענט פריער איז זשאבס נישט געווען דער ארגינעלער גרינדער פון די מעק פראזשעקט אינערהאלב עפל. נאר א פארשוין – גראדע א איד- מיטן נאמען זשעף ראסקין.
ער איז אנגעקומען צו עפל נאך אין יאר ‘76 למספרם אונטער גאר אנדערע אומשטענדן. עפל האט דאן געזוכט א טעכנאלאגישע שרייבער צו שרייבן די אינסטרוקציעס-אנווייזונגען ביכל פאר די “עפל 2”. זשאבס האט געלאזט רופען ראסקין -וועלכער האט דאן פארמאגט א קליינע קאנסאלטינג פירמע- ראסקין איז אראפגעקומען אין דעם “גאראזש” און זשאבס האט מיט זיין כאריזמע און געשליפן פיסקעל באוויזן צו באאיינפלוסן ראסקין אהערצושטעלן דעם דיקן ביכל פאר בלויז פופציג דאלער.
ראסקין איז שוין געבליבן אין עפל, עווענטועל איז ער געווארן דער אנפירער פון עפל’ס פובליקאציעס דעפארטמענט.
ראסקין האט געהאט א חלום אהערצושטעלן א ביליגע קאמפיוטער פאר די ברייטע מאסן, און אין יאר 79’ האט ער באוויזן צו באאיינפלוסן -דעם דעמאלסדיגן פירער פון עפל- מייק מארקולע אז ער זאל אים לאזן עפענען א קליינע ריסערטש און דעוועלאפמענט פראזשעקט, וואס זאל זיך טאקע אפגעבן מיטן פלאנירן א ביליגע און פשוט’ע קאמפיוטער וואס יעדער זאל זיך קענען ערלויבן און נוצן, אפילו איינפאכע מענטשן.
ראסקין האט א נאמען געגעבן די פראזשעקט “מעקינטאש” נאך די מעקינטאש עפל וואס ער האט פערזענליך געגליכן. די פראזשעקט איז באשטאנען פון בלויז 4 אינזשענירן, און איז געווען קוים א פינטעלע אויף די ראדאר סקרין פון עפל. אין יענע צייט האט די פירמע געארבעט בעיקר אויף צוויי אנדערע פראדוקטן, די עפל 2 איז געווען די הויפט פראדוקט וואס איז גוט געגאנגן און אריינגעברענגט פראפיטן. אויסער דעם האט מען זיך קענצעטרירט אויף פלאנירן א קאמפיוטער מיט די קאוד נאמען “ליסא” וואס האט געזאלט זיין א טייערע פראדוקט געצילט פאר ביזנעסער.
די מעקינטאש אדער די “מעק” ווי מען האט עס גערופן אין קורצן, איז געווען א זייטיגע פראזשעקט מיט מינימאלע פאנדן און רעספעקט, און איז אפילו עטליכע מאל געווארן אפגעשפארט און די פאנדן אנולירט ווילאנג ראסקין האט אינטערווענירט ביי די הויכע פענסטער און עס צוריקגעשטעלט פאר נאך עטליכע מאנאטן.
ראסקין‘ס וויזיע פון א קאמפיוטער וואס איז סיי זייער איינפאך און סיי צוגענגליך פאר יעדן, האט געפירט צו א אומפארמיידליכע פאראדאקס. כדי עס זאל זיין איינפאך און גרינג צו נוצן, האט ער פאראויסגעזען איין מאשין וואס אנטהאלט אלעס אין זיך, די סקרין, קיבאורד און קאמפיוטער, און דאך האט די ריטעל פרייז געזאלט זיין אונטער טויזענט דאלער. צו האלטן די קאסטן נידעריג האט ער זיך באגעניגענט מיט שוואכע און ביליגע באשטאנדטיילן, א סקרין פון בלויז פינעף אינטשעס, און א ביליגע אלטמאדישע פראסעסאר. אבער ראסקינס מיינונג איז געווען פארשטענדליך און אויסגעהאלטן נעמענדיג אין באטראכט אז דער הויפט ציל איז געווען אהערצושטעלן א ביליגע פשוטע מאשין.
זשאבס האט גראדע געהאלטן שטארק פון די וויזיע, אבער נישט פון קיין קאמפראמיסן, זשאבס איז געווען א פערפעקשאניסט, ער האט נישט געקענט פארטראגן דעם געדאנק פון ערצייגן א שוואכע פראדוקט. ער האט געמוזט קענען גלייבן אין א פראדוקט וואס ער האט ערצייגט. זשאבס האט געלאזט באפעלן ראסקין אז ער זאל אויפהערן צו טראכטן פון די קאסטן, נאר זאל זיך ענדערש קאנצעטרירן אהערצושטעלן א אויסגעצייכענטע פראדוקט.
ראסקין’ס ענטפער איז געקומען אין די פארעם פון א סארקאסטישע נאטיץ, ער האט אויסגערעכנט אלעס וואס ער וויל אין א קאמפיוטער, א קאלירטע סקרין מיט א הויכע רעזולוציע, א פרינטער וואס קען פרינטען אין קאליר א פאפיר פער סעקונדע און נאך פארשידענע הויכע ערווארטונגען. ער האט אויסגעלאזט דעם נאטיץ מיט די זייער שכל’דיגע מסקנה “אנהייבן צו פלאנירן מיט די מעגליכקייטן (פיטשערס) איז א אומזין, מען מוז אנהייבן מיט א פרייז און פרובירן אהערצושטעלן די מערסטע וואס מען קען מיט דעם”. ראסקין האט אים דאן איגנארירט און איז אנגעגאנגען וויטער לויט זיין פארשטאנד.
אין די סוף פון יאר 80’ איז זשאבס געווארן באזייטיגט פון די “ליסא” פראזשעקט, צוליב אינערליכע רייבערייען אין זיין היציגע טעמפראמענט. זשאבס איז געווען פארווייטאגט און האט אנגעהויבן צו זוכן א נייע פלאץ, זיין בליק איז געפאלן אויף די “מעק” פראזשעקט, די וויזיע פון א נישט טייערע קאמפיוטער וואס איז גענוג איינפאך פאר יעדן מיט א שיינע גראפישע אינטערפעיס האט אפעלירט צו זיין הארץ. אבער אין די מינוט וואס זשאבס האט אריינגעשטעקט א פוס דארט איז געווארן קלאר אז ראסקין’ס טעג זענען געציילטע.
זשאבס האט זיך טאקע באזעצט אין די מעק אפיס, און אנגעהויבן צו זאגן מיינונגען. די ערשטע געפעכט איז געווען איבער די פראסעסאר, ראסקין האט גענוצט א שוואכע “מאטאראלע” פראסעסאר און האט נישט געהאלטן ביים נאכגעבן. זשאבס האט אונטער זיין רוקן באפוילן פאר א פראגראמער אז ער זאל איבערשרייבן די קאוד צו ארבעטן אויף א שטארקערע פראסעסאר, די זעלבע פראסעסאר וואס איז גענוצט געווארן אין די טייערע “ליסא” פראזשעקט. ווען יענער האט מיט ערפאלג געענדיגט די ארבעט האט זשאבס געשטעלט ראסקין פאר א געשעענעם פאקט, ראסקין האט געברויזט און באין ברירה געהעכערט די ערווארטעטע פרייז פון די מעק.
זשאבס האט אנגעהויבן אויסצועסן ראסקין מיט פארשידענע שפיצלעך, ראסקין האט דאן געשריבן א נאטיץ צו מייק סקאט, דער דעמאלסדיגער פירער פון עפל, אונטערן קעפל “ארבעטן מיט/פאר סטיוו זשאבס” און זיך ביטער באקלאגט. אט זענען עטליכע אויסצוגן…
“איך גלייך אים, אבער עס איז נישט מעגליך צו ארבעטן מיט אים… ער קומט נישט אן צו קיין אפוינטמענטס… ער טראכט נישט פאר ער טוט … און ווען ער טראכט יא מאכט ער שלעכטע באשלוסן… ער געבט נישט קיין קרעדיט ווען עס קומט זיך… ווען מען זאגט אים א נייע געדאנק קריטיקירט ער עס תיכף און זאגט אז עס נאריש און ווערטלאז, דאס אליין ווייזט אויף שלעכטע דזשאדזשמענט… אבער אויב די געדאנק איז גוט וועט ער עס שפעטער איבערזאגן ווי גלייך עס וואלט געווען זיין אייגענע איינפאל… ”
מייק סקאט האט זיי ביידע געלאזט רופן און זיי האבן זיך אויסגעטענה’ט בפניו. דער שטאלצער זשאבס -וואס איז נישט לאנג צוריק שוין געווארן באזייטיגט פון די “ליסא” פראזשעקט- האט זיך גענומען וויינען. די סוף איז געווען אז די פירערשאפט פון עפל האבן מחליט געווען אז אפילו אויב זשאבס איז נישט גערעכט, קען מען אים נישט האלטן אין איין באזייטיגן אין די פירמע וואס ער האט אליין געגרינדעט. די “ליסא” פראזשעקט איז געווען צו וויכטיג פאר עפל אז מען זאל זיך רעכענען מיט די חשבונות, אבער די “מעק” איז געווען א קליינע אומבאדייטענדע פראזשעקט, פלאצירט אין א ווייטע אפיס געביידע, וואס האט געהאט די זייטיגע בענעפיט אז עס וועט האלטן זשאבס פארנומען און ווייט אוועק פון די צענטראלע עפל קווארטיר. די החלטה איז אלזא געפאלן אז זשאבס בלייבט און ראסקין דארף גיין…
הגם עס לאזט זיך סימפאטיזירן מיט ראסקין, קען מען זיך נישט פארהוילן פונעם פאקט -וואס מען זעט היינט קלאר- אז די באשלוס האט זיך ארויסגעשטעלט צו האבן געווען די ריכטיגע פאר עפל און די קאמפיוטער וועלט בכלליות. ראסקין האט פאראויסגעזען א שוואכע מאשינקע פאר א ביליגע פרייז, עס קען אפילו זיין אז עס וואלט טאקע געווען א פראפיטבארע פראדוקט פאר א שטיק צייט, וואלט עס אבער געווען א קנאפע דערגרייכונג ווען מען קוקט אויף די גרעסערע בילד. עס וואלט קיינמאל נישט אפעקטירט עפל און די קאמפיוטער וועלט אזוי ווי דער פאקטישער מעק.
דאס איז נישט בלויז א שפאקולאציע, די פאלגענדע פאקט רעדט פאר זיך אליין, ראסקין איז האט פארלאזט עפל און איז אנגעקומען צו “קענאן” ווי ער האט טאקע געבויט אזעלכע מאשינען אזוי ווי ער האט וויזיאנירט, עס האט געהייסן די “קענאן קעט”…
האט איר שוין מאל געהערט פון דעם?… איך אויך נישט…
פארזעצונג קומט אי”ה

כ״ב טבת תשע״ב at 2:35 am#2
סטיוו זשאבס – 6

אה, כ’האב שוין קוים געקענט ווארטן אויף די המשך.
עס איז פשוט אינטערעסאנט צום ליינען און אויך באלערענד ווען מען קוקט זיך צו וויאזוי קליינע דיטעילס שטעלן נעכטן שטעלן צוזאם די גרויסע בילד פון מארגן.

קיפ איט קאמינג

כ״ג טבת תשע״ב at 3:58 pm#3
סטיוו זשאבס – 6

גם אני מצטרף, עס איז זייער אינטערעסאנט צו ליינען, הערליכע ארבעט,

ביטע אנהאלטן יעדע וואך