ווי אזוי צו האנדלען מיט ווערייזאן
איך וויל צולייגן בנוגע ווערייזן וואס איינער רעדט זיך אפ וועגן זייער סערוויס.
וואס איך האב מיר שוין אויסגעלערנט מיט זיי איז “קיינמאל נישט אויפצוגעבן”.
למשל ווען זיי געבן מיר אן אפוינטעמנט פאר צוויי וואכן ארום, וועל איך תיכף צוריק קאלן כאילו לא הי’, אן בעטן אן אפוינטמענט אויף פריער, און אזוי איינמאל און נאכאמאל, מיט אלע סארטן תירוצים פארוואס עס איז וויכטיג, ביז איך קום אן צו איינעם וואס הערט מיר אויס און גיט מיר וואס איך וויל, בדוק ומנוסה
ווייל דער אמת, זיי קענען אלעס טון פאר דיר ווען זיי ווילן, און די מעלה איז אז איינער האט נישט קיין שייכות צום צווייטן, קיינער ווייסט נישט וואס דער אנדערער האט דיר געזאגט, ממילא קען מען האלטן אין איין אריינקאלן ביז מען פירט אויס.
איך האב געמופט אין וויליאמסבורג פון איין געגענט צום צווייטן איך האב געבעטן איך וויל האבן דעם זעלבן טעלעפאן נומער, דער ענטפער איז געווען אז עס איז נישט מעגליך, זיי האבן מיר טאקע געגעבן א צווייטן נומער.
איך האב מיך נישט מייאש געווען, איך האב אפאר טעג געהאלטן אין איין רופן און יעדע מאל געפרעגט תמ’וואטע אויב איך קען האבן מיין אלטע נומער, ביז איינער האט מיר גענטפערט “פארוואס נישט?” ביז א טאג צוויי האב איך געהאט צוריק מיין אלטע נומער.
מעשיות האב איך אסאך מיט זיי, יכלו הזמן והם לא יכלו, אבער דאס איז דער וועג מיט זיי.
אסאך הצלחה..
(-)
קאמענטארן אויף ” א בליק אויף די חרד’ישע טעלעפאן אינדוסטריע – 3″
איך האב שוין די לעצטע צווי חדשים פינקטליך די זעלבע פראבלעם און עד היום האב איך נישט קיין טעלעפאון און מיין סעלפאון האט מיר געקאסט $180 מער ווי נארמאל ווייל איך בין איבער געגאנגען מיניטן… יעצט האט די אידישע פירמע שוין אויפגעגעבן און מיט גרויס חוצפה האבען זיי געזאגט אז זיי קענען מער נישט העלפן און די דארפסט נעמען טעלעפאון סערוויס פון ווערייזען אבער זיי נישט באזארגט זיי האבען מיר ארויסגענומען געלט פון מיין אקאונט אפי׳ איך האב נישט געניצט קיין טעלעפאון דע חודש…
(*)
זייער אינטרעסאנט, איך וואלט געטוישט די נעמען און אנשטאט די פריוואטע פירמע אריינגעלייגט די נאמען “ווערייזאן”, איך האב מיט זיי מיטגעמאכט זייער אן ענליכן דורכגאנג ביז איך האב גערופן פאבליק סערוויס קאמישאן און דער פראבלעם איז דעם נעקסטן טאג געווארן באהאנדלט.
מעגליך אז דו האנדלסט מיט אן אומפראפעסיאנעלן פירמע, אדער איך וואלט ליבערשט געזאגט אז דאס איז א ווערייזאן פראבלעם, צומאל האבן זיי ליב צו באהאנדלען די קונדן פון אנדערע פירמעס ווי “צווייטע קלאס”, דאס קענען זיי אבער נאר טון ביי פדי פירמעס וואס לאזן זיך פון זיי..
איך האב געהאט סערוויס ביי איין פירמע, און דערנאך ביי “טעלזעק” און מיינע פראבלעמען זענען געלעזט געווארן שנעלער ווי א געווענליכער ווערייזאן קאסטומער!
(*)
http://www.balboos.com/content/?p=3146
ווירזשין מאביל דאטא, איז מער נישט אנלימיטעד – ביליגסטע פריפעיד פלענס
ביז יעצט האט ווירזשין מאביל געהאט אנלימיטעד דעטע פלענס. איך האב אלץ געטראכט וויאזוי זיי קענען געבן אנלימיטעד אין די צייט וואסס ווערייזאן און טי מאביל געבן נישט.
היינט האבן זיי געמאלדן אז נאך 2.5 גיגאבייט א חודש וועט מען ווערן געקנסעט מיט א שטייטע קאנעקשאן פון 256 קילאבייטס ביז סוף חודש.
אלע גוטע זאכן ענדיגן זיך אמאל….
יעצט וועל מיר זען ווען ספרינט וועט אויך אויפגעבן אנלימיטעד, און דאס וועט זייין דער סוף פון אנלימיטעד (ווייערלעס) דעטע אין אמעריקא.
ביזדערווייל אדוערטייזט ספרינט זייער שטארק די פאקט אז זיי זענען די איינציגסטע וואס געבן אנלימיטעד, אבער יודעי דבר זאגן אז זיי מעלקן עס ווילאנג זיי קענען, בקרוב וועלן זיי עס אויך מוזן אויפהערן.
שאלה: וואס איז די ביליגסטע (פריפעיד) פלאן חוץ ווירזשין מאביל?
ענטפער: טי מאביל האט א “פריפעיד” פלאן פון דרייסיג דאלאר פאר הונדערט מינוט מיט 5 גיגאבייט 4G ספיד און דערנאך ווערט עס שטייטער.
אויך איז דא רעפובליק ווייערלעסס וואס איז אנלימיטעד און נוצט ווייפיי נעטווארקס ווען אוועליבעל. גוגל עס פאר מער אינפארמאציע.
אויך איז דא מעטרא פי סי עס, אנלימטעד פאר פערציג מיט 2G דאטא, און 3 און 4G דאטא פאר טייערער.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=300
____________________________________________________________________
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
זוכט: הלואה פאר א ביזנעס
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=302
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=299
דעבאטע: פארוואס זענען די פארוםס שוואכער ווי געווען.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=301