המשך איבער די נייע פארד טעכנאלאגיעס
פארד האט ארום 2 יאר צוריק ערצייגט די MyKey טעכנאלאגיע, דאס הייסט אז מען קען פראגראמירן די שליסלעך פון דעם אויטא מיט פארשידענע סעטינגס. דאס קומט בעיקר צוניץ ווען מען פארבארגט דעם אויטא פאר א צווייטן, בפרט א טאטע פאר יונגע קינדער (כנהוג ביי די גוי’אישע וועלט להבדיל, די יונגע קינדער אין די צענערלינג יארן נוצן די אויטא פון די עלטערן) קען מען אנשטעלן אויף יעדן שליסל אנדערע מנהגים, צב”ש מיט שליסל נומ. 2 קען מען נישט מאכן די ראדיא/מוזיק העכער א געוויסע לעוועל, כדי נישט אויפצואוועקן די גאנצע גאס און לאזן די ווילדע מוזיק באמבארדירן כאחד הריקים. אדער קען מען בלאקירן דעם אויטא ביי א געוויסן ספיד, צב”ש די עלטערן ווילן נישט לאזן דאס קינד פארן העכער 65 מפ”ש, קען מען דאס אנשטעלן. און נאך געוויסע סעטינגס, ווי צב”ש אז די סטיריא צינדט זיך נישט אן אויב איז מען נישט צוגעבינדן מיט די סיעט בעלטס, אדער אויב גאז נוצט זיך אויס קומט די ווארענונג פריער ווי געווענליך, אויך קען מען מאכן אז יעדע מאל מען פארט העכער 45, 55, אדער 65 מפ”ש זאל קלינגען אין אויטא צו דערמאנען. א.א.וו.
אצינד צום יאר 2012 האט פארד צוגעלייגט נאך פונקציעס צו דעם סיסטעם, וואס אנבאלאנגט סעלפאן’ס און קאמוניקאציע דעווייסעס. ווען מען קומט אריין אינעם אויטא טוט זיך געווענליך דער טעלעפאן גלייך קאנעקטן צו דעם Sync סיסטעם פונעם אויטא וואס האט בלוטוט, מען קען אנשטעלן א DND (Do Not Disturb) סיסטעם, אז אריינקומענדיגע טעלעפאן קאלס זאל נישטאמאל קלינגען נאר גלייך גיין צום וואויס-מעיל, און אזוי אויך קומען נישט די טעקסט מעסעזשעס אריין בשעת מען דרייווט, נאר די סיסטעם האלט דאס, און ווען מען ענדיגט דרייוון קומט דאס ערשט אריין אינעם סעלפאון.
די אלע פונקציעס קען זיין אנדערש אנגעשטעלט אויף יעדן שליסל באזונדער. אזוי קען דער טאטע פארמאגן זיין שליסל, און דער זון זיין אייגענע. דער אויטא דערקענט מיט וועלכע שליסל ער ווערט אנגעצינדן, און ער טוט עדזשאסטן די סעטינגס לויט דעם אויטאמאטיש.
*
מערערע קאמפאניס, בעיקר טייערערע, באנוצן זיך מיט א געוויסע טעכנאלאגיע וואס רופט זיך Auto Dry Brakes. די ברעיקס פון א אויטא ארבעט נישט מיטן פולן שטארקקייט בשעת עס איז נאס, ווי למשל נאך א רעגן, אדער אויב מען פארט אדורך א “פאדל” וואסער, און עס קען זיין א סכנה ווען מען כאפט נישט אז עס נעמט א לענגערע שטרעקע צו סטאפן ווי געווענליך ווען די ברעיקס זענען טרוקן.
און דא קומט די טעכנאלאגיע צונוץ, אז עס טרוקנט אויס די ברעיקס תיכף, וואס טוט רעדוצירן די טשאנס צו האבן אן עקסידענט ח”ו. יעצט זאגט פארד, אז זיי גייען דאס ארויפלייגן אויף אלע זייערע מאדעלן, כאטש פארד איז א “מעין-סטריעם” קאמפאני, און פראדוצירן נישט דווקא לוקסוריעזע אויטאס, אבער זיי וועלן נאכמאכן די טייערע קאמפאניס און עס אינסטולירן אפילו אויף די ביליגערע אויטאס כדי צו רעדוצירן עקסידענטס.
*
פארד גייט ארויסגעבן אויפן קומענדיגן יאר דעם נייעם פארבעסערטן Escape טרעקל, וועלכע איז א קאמפעטישן מיט די האנדא CR-V און די טאיאטע Rav4. די יעצטיגע עסקעיפ איז גאנץ צוריקגעבליבן, און פארד וויל יעצט ארויסגעבן איינס וואס זאל זיין ממש די בעסטע אין קלאס.
איינע פון די נייע פיטשעווקעס וואס פארד גייט אריינלייגן דערין, איז אן אויטאמאטישער עפענער פאר די טראנק. דער פראבלעם איז פאר יעדן באוואוסט, מען גייט אין גראסערי, אדער אין ספרים געשעפט, מען קומט ארויס מיט אנגעשטאפטע בעגס אדער שאכטלען, און צו גיין יעצט עפענען דעם טראנק איז נישט קיין לייכטע זאך. גיי לייג אראפ די פעק און זעק, בפרט אין א רעגן אדער שניי, זוך אויף דעם שליסל, שפאר אויף, און עפן דעם טראנק! ביי א קאר איז אביסל גרינגער וויבאלד אויפן רעמאוט קי-פאב איז דא א קנעפל וואס גיט א פאפ אויף דעם טראנק. עטליכע אויטאס, בעיקר SUV און מיניווענס, האבן לעצטנס צוגעלייגט א ענליכע פונקציע אויפן רעמאוט קאנטראל פון די מיניווענס, וואס טוט עפענען און צומאכן דעם טראנק.
אבער פארד זאגט אז דאס איז בלויז א נחמה פורתא. וואס טוסטו אויב האסטו פארגעסן ארויסצונעמען דיין שליסל און עס ליגט אין טאש? און בכלל, די האנט איז דאך אנגעפילט מיט זאכן, צו וואס פעלט אויס נאך מיטצושלעפן דעם שליסל, על הראשונים אנו מצטערים וכו’. דעריבער קומען זיי אויף מיט א נייע פאטענט: ווען דער שליסל איז נאנט צום “עסקעיפ” (ד.ה. דער דרייווער שטייט דערנעבן) קען ער גיין צום טראנק און געבן א שטויס מיטן פוס הונטערן קאר (נישט אנרירן דעם קאר נאר אונטער דעם). די קאר וועט “דערשפירן” דעם שטויס, און עפענען דעם טראנק!
נייע פארד טעכנאלאגיעס
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: דעם דרייווערס ווינקל · דורך: ליינער · וואך: בא תשע"ב · בעל-בית נומער: 57 · דאטום: 2012-01
http://www.balboos.com/content/2012/01/נייע-פארד-טעכנאלאגיעס/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/01/נייע-פארד-טעכנאלאגיעס/ קאפיע אין ארכיוו